AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Judges 13
◄ Judges 12
Judges 13
שוֹפֿטִים 13
Judges 14 ►

1און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ה׳ האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים פֿערציק יאָר.

2און עס איז געװען אַ מאַן פֿון צָרעָה, פֿון דער משפּחה פֿון דָן, װאָס זײַן נאָמען איז געװען מנוח; און זײַן װײַב איז געװען אַן עקרה, און האָט נישט געבאָרן. 3האָט אַ מלאך פֿון ה׳ זיך באַװיזן צו דער פֿרױ, און האָט צו איר געזאָגט: זע נאָר, דו ביסט אַן עקרה, און האָסט נישט געבאָרן; אָבער װעסט טראָגעדיק װערן, און װעסט געבערן אַ זון. 4און אַצונד, היט זיך אַקאָרשט, און זאָלסט נישט טרינקען װײַן אָדער שטאַרק געטראַנק, און נישט עסן קײן אומרײנס. 5װאָרעם זע, דו װערסט טראָגעדיק, און געבערסט אַ זון; און אַ שערמעסער זאָל נישט אַרױפֿגײן אױף זײַן קאָפּ, װאָרעם אַ נזיר פֿון אלֹקים זאָל דער ייִנגל זײַן פֿון מוטערלײַב אָן; און ער װעט אָנהײבן העלפֿן יִשׂרָאֵל פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.

6און די פֿרױ איז געקומען, און האָט געזאָגט צו איר מאַן, אַזױ צו זאָגן: אַ מאַן פֿון ג-ט איז געקומען צו מיר, און זײַן אױסזען איז געװען אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון דער מלאך פֿון האלֹקים,[1] מוראדיק זײער; און נישט איך האָב אים געפֿרעגט פֿון װאַנען ער איז, און נישט ער האָט מיר געזאָגט זײַן נאָמען. 7אָבער ער האָט צו מיר געזאָגט: זע, דו װערסט טראָגעדיק, און געבערסט אַ זון; און אַצונד, זאָלסטו נישט טרינקען װײַן אָדער שטאַרק געטראַנק, און נישט עסן קײן אומרײנקײט, װאָרעם אַ נזיר פֿון אלֹקים זאָל דער ייִנגל זײַן פֿון מוטערלײַב אָן ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט.

8האָט מנוח מתפּלל געװען צו ה׳, און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, אֲדֹנָי, זאָל דער מאַן פֿון ג-ט, װאָס דו האָסט געשיקט, װידער קומען צו אונדז, אונדז לערנען װאָס מיר זאָלן טאָן צו דעם ייִנגל װאָס װעט געבאָרן װערן.

9און האלֹקים האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון מנוחן, און דער מלאך פֿון האלֹקים איז װידער געקומען צו דער פֿרױ, װי זי איז געזעסן אין פֿעלד; און מנוח איר מאַן איז נישט געװען לעבן איר. 10האָט די פֿרױ געאײַלט און איז געלאָפֿן, און האָט דערצײלט איר מאַן, און האָט צו אים געזאָגט: אָן האָט זיך באַװיזן צו מיר דער מאַן װאָס איז געקומען צו מיר אין יענעם טאָג. 11איז מנוח אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען נאָך זײַן װײַב, און ער איז געקומען צו דעם מאַן, און האָט צו אים געזאָגט: ביסט דו דער מאַן װאָס האָט גערעדט צו דער פֿרױ? האָט ער געזאָגט: איך. 12האָט מנוח געזאָגט: אַצונד אַז דײַן װאָרט װעט אָנקומען, װאָס זאָל זײַן דער שטײגער מיטן ייִנגל, און װאָס טאָן צו אים? 13האָט דער מלאך פֿון ה׳ געזאָגט צו מנוחן: פֿון אַלץ װאָס איך האָב אָנגעזאָגט דער פֿרױ, זאָל זי זיך היטן. 14פֿון אַלץ װאָס קומט אַרױס פֿון װײַנשטאָק, זאָל זי נישט עסן, און װײַן און שטאַרק געטראַנק זאָל זי נישט טרינקען, און קײן אומרײנקײט זאָל זי נישט עסן; אַלץ װאָס איך האָב איר באַפֿױלן זאָל זי אָפּהיטן.

15האָט מנוח געזאָגט צו דעם מלאך פֿון ה׳: לאָמיר, איך בעט דיך, דיך פֿאַרהאַלטן, און מיר װעלן מאַכן פֿאַר דיר אַ ציגנבעקל. 16האָט דער מלאך פֿון ה׳ געזאָגט צו מנוחן: אַפֿילו דו װעסט מיך פֿאַרהאַלטן, װעל איך נישט עסן פֿון דײַן שפּײַז; אױב אָבער דו װילסט מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, זאָלסטו עס אױפֿברענגען צו ג-ט. װאָרעם מנוח האָט נישט געװוּסט אַז דאָס איז אַ מלאך פֿון ה׳. 17און מנוח האָט געזאָגט צו דעם מלאך פֿון ה׳: װאָס איז דײַן נאָמען, כּדי אַז דײַן װאָרט װעט אָנקומען, זאָלן מיר דיר אָנטאָן כּבֿוד. 18האָט דער מלאך[2] פֿון ה׳ צו אים געזאָגט: נאָך װאָס דען פֿרעגסטו אױף מײַן נאָמען, אַז ער איז פֿאַרהױלן? 19האָט מנוח גענומען דאָס ציגנבעקל און דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און האָט אױפֿגעבראַכט אױף דעם פֿעלדז פֿאַר ה׳; און דער [מלאך] האָט געטאָן װוּנדערלעך, און מנוח און זײַן װײַב האָבן צוגעזען. 20װאָרעם עס איז געװען, װי די פֿלאַם איז אױפֿגעגאַנגען פֿון מזבח צום הימל, אַזױ איז דער מלאך פֿון ה׳ אױפֿגעגאַנגען מיט דער פֿלאַם פֿון מזבח. און מנוח און זײַן װײַב האָבן דאָס געזען, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים צו דער ערד.

21און דער מלאך פֿון ה׳ האָט זיך מער נישט באַװיזן צו מנוחן און צו זײַן װײַב. דענצמאָל האָט מנוח געװוּסט, אַז דאָס איז געװען אַ מלאך פֿון ה׳.

22און מנוח האָט געזאָגט צו זײַן װײַב: שטאַרבן װעלן מיר שטאַרבן, װאָרעם אלֹקים האָבן מיר געזען. [3] 23האָט זײַן װײַב צו אים געזאָגט: אַז ה׳ װאָלט אונדז געװאָלט טײטן, װאָלט ער נישט אָנגענומען פֿון אונדזער האַנט אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און װאָלט אונדז נישט באַװיזן דאָס אַלץ, און װאָלט אונדז אַצונד נישט אָנגעזאָגט אַזױ-װאָס. 24און די פֿרױ האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שמשון. און דער ייִנגל איז געװאַקסן, און ה׳ האָט אים געבענטשט. 25און דער גײַסט פֿון ה׳ האָט אָנגעהױבן צו שלאָגן אין אים, אין מחנה-דָן, צװישן צָרעָה און צװישן אֶשתָּאוֹל.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteMatthew 17 →

1און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און זיין ברודער יוחנן, און פירט זיי אליין ארויף אויף א הויכן בארג. 2און ער איז פארענדערט געווארן פאר זיי, און זיין פנים האט געלויכטן ווי די זון, און זיינע מלבושים זענען געווארן ווייס ווי דאס ליכט. 3און זע, משה און אליהו האבן זיך באוויזן צו זיי, רעדנדיק מיט אים. 4און פעטרוס האט ענטפערנדיק געזאגט צו יהושען/ישוען: האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין! אויב דו ווילסט, וועל איך דא מאכן דריי געצעלטן; איינס פאר דיר, און איינס פאר משהן, און איינס פאר אליהו. 5און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן! 6און ווי די תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי אנידערגעפאלן אויף זייערע פנימער, און האבן זיך זייער געפארכטן. 7און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט זיי אנגערירט און געזאגט: שטייט אויף, און האט נישט קיין מורא! 8און ווען זיי האבן אויפגעהויבן זייערע אויגן, האבן זיי קיינעם נישט געזען, אחוץ יהושען/ישוען אליין.

9און בשעת זיי זענען אראפגעגאנגען פון בארג, האט יהושע/ישוע זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: זאגט קיינעם נישט פון דער זעאונג, ביז דער בר אנש איז אויפגעשטאנען פון די טויטע. 10און די תלמידים האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און פארוואס זאגן די סופרים, אז אליהו דארף צום ערשט קומען? 11ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: אליהו קומט טאקע, און וועט אלץ צוריקשטעלן; 12נאר איך זאג אייך, אז אליהו איז שוין געקומען, און זיי האבן אים נישט דערקענט, נאר געמאכט מיט אים, וואס זיי האבן געוואלט. אָט אזוי וועט אויך דער בר אנש האבן צו ליידן פון זיי. 13דעמאלט האבן די תלמידים פארשטאנען, אז ער האט גערעדט צו זיי וועגן יוחנן פון דער (ירדן) מקווה.

14און ווען זיי זענען געקומען צו דעם המון עם, איז געקומען צו אים א מענטש, וואס איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, 15און געזאגט: האר, דערבארם דיך אויף מיין זון; ווייל ער איז א חולי‑נופל, און ליידט שווער; מחמת אפטמאל פאלט ער אין פייער אריין, און אפטמאל אין וואסער אריין. 16און איך האב אים געברענגט צו דיינע תלמידים, און זיי האבן אים נישט געקענט אויסהיילן. 17און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט: אָ אומגלויביק און פארקרימט דור! ווילאנג זאל איך זיין ביי אייך? ווילאנג זאל איך אייך דערטראגן? ברענגט אים אהער צו מיר! 18און יהושע/ישוע האט אנגעשריגן אויף אים, און דער בייזער גייסט איז פון אים ארויס, און דאס יינגל איז געזונט געווארן פון יענער שעה אָן. 19דעמאלט זענען די תלמידים צוגעגאנגען צו יהושען/ישוען, ווען זיי זענען געווען מיט אים אליין, און האבן געזאגט: פארוואס זענען מיר נישט געווען ביכולת אים ארויסצוטרייבן? 20און ער זאגט צו זיי: צוליב אייער קליינגלויביקייט! מחמת באמת זאג איך אייך: אויב איר וואלט געהאט אמונה ווי א זענעפט קערנדל, וואלט איר געזאגט צו דעם דאזיקן בארג: הויב דיך אויף פונדאנען דארטן אהין! און ער וואלט זיך אויפגעהויבן, און קיין זאך וואלט נישט געווען אוממעגלעך פאר אייך. 21(דער דאזיקער מין אבער גייט נישט ארויס אחוץ דורך תפילה און פאסטן.) 22און בשעת זיי זענען ארומגעגאנגען אין גליל, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין הענט פון מענטשן; 23און זיי וועלן אים טייטן, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין. און זיי זענען געווארן זייער באטריבט.

24און ווען זיי זענען געקומען קיין כפר‑נחום, זענען די איינמאנער פון דעם האלבן שקל צוגעקומען צו פעטרוסן, און געזאגט: אייער רבי צאלט נישט דעם האלבן שקל? 25זאגט ער: יא! און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, איז יהושע/ישוע אים אנטקעגנגעקומען, זאגנדיק: וואס מיינסטו, שמעון? די מלכים פון דער ערד, פון וועמען נעמען זיי שטייערן אדער צינזן? פון זייערע קינדער, אדער פון פרעמדע? 26און ווען ער האט געזאגט: פון פרעמדע, האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אזוי זענען די קינדער פריי! 27נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Judges 12Judges 14 ►