AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezra 1
◄ Daniel 12
Ezra 1
עֶזְרָא 1
Ezra 2 ►

1און אין ערשטן יאָר פֿון כּוֹרֶש[1] דעם מלך פֿון פָּרַס, אַז עס איז אױסגעפֿירט געװאָרן דאָס װאָרט פֿון ה׳ דורך יִרמיָהס מױל, האָט ג-ט דערװעקט דעם גײַסט פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָּרַס, און ער האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין זײַן גאַנצן קיניגרײַך, און אױך דורך אַ געשריפֿטס, אַזױ צו זאָגן: 2אַזױ האָט געזאָגט כּוֹרֶש דער מלך פֿון פָּרַס: אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד האָט מיר געגעבן ה׳ אלוקי די הימלען; און ער האָט מיר באַפֿױלן אים צו בױען אַ הױז אין ירושָלַיִם װאָס אין יהוּדה. 3װער עס איז דאָ צװישן אײַך פֿון זײַן גאַנצן פֿאָלק, זאָל זײַן ג-ט זײַן מיט אים, און זאָל ער אַרױפֿגײן קײן ירושָלַיִם װאָס אין יהוּדה, און בױען דאָס הױז פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, דאָס איז דער ג-ט װאָס אין ירושָלַיִם. 4און איטלעכער װאָס איז געבליבן, פֿון איטלעכן אָרט װאָס ער װױנט דאָרטן, זאָלן די מענטשן פֿון זײַן אָרט אים העלפֿן מיט זילבער און מיט גאָלד, און מיט גוטס, און מיט בהמות, אין אײנעם מיט אַ פֿרײַװיליקע נדבֿה {קָרבָּן} פֿאַר דעם הױז פֿון האלֹקים װאָס אין ירושָלַיִם.

5זײַנען אױפֿגעשטאַנען די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון יהוּדה און בנימין, און די כּהנים און די לוִיִים, איטלעכער װאָס אלֹקים האָט דערװעקט זײַן גײַסט אַרױפֿצוגײן בױען דאָס הױז פֿון ה׳ װאָס אין ירושָלַיִם. 6און אַלע זײערע אַרומיקע האָבן געשטאַרקט זײערע הענט מיט זילבערנע כּלים, מיט גאָלד, מיט גוטס, און מיט בהמות, און מיט טײַערע זאַכן, אַחוץ אַלע זײער פֿרײַװיליקע נדבֿות {קָרְבֳנוֹת}. 7און דער מלך כּוֹרֶש האָט אַרױסגענומען די כּלים פֿון ה׳ס הױז װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אַרױסגעפֿירט פֿון ירושָלַיִם, און זײ אַרײַנגעשטעלט אין הױז פֿון זײַנע ג‑טער; 8זײ האָט אַרױסגענומען כּוֹרֶש דער מלך פֿון פָּרַס דורך דער האַנט פֿון מִתרְדָת דעם שאַצמײַנסטער, און ער האָט זײ אױסגעצײלט צו שֵשבצַר דעם פֿירשט פֿון יהוּדה. 9און דאָס איז געװען זײער צאָל: גילדערנע בעקנס דרײַסיק, זילבערנע בעקנס טױזנט, חַלָפֿים נײַן און צװאַנציק; 10גילדערנע בעכערס דרײַסיק, זילבערנע בעכערס פֿון צװײטן מין פֿיר הונדערט און צען; אַנדערע כּלים טױזנט. 11אַלע כּלים פֿון גאָלד און פֿון זילבער זײַנען געװען פֿינף טױזנט און פֿיר הונדערט. אַלע האָט שֵשבצַר אַרױפֿגעבראַכט, װען די פֿאַרטריבענע זײַנען אַרױפֿגעבראַכט געװאָרן פֿון בָבֿל קײן ירושָלַיִם.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Daniel 12Ezra 2 ►