AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 41
◄ Ezekiel 40
Ezekiel 41
יחֶזקֵאל 41
Ezekiel 42 ►

1און ער האָט מיך געבראַכט צום הֵיכל, און האָט אָפּגעמאָסטן די טירזײַלן, זעקס אײלן די ברײט פֿון דער זײַט, און זעקס אײלן די ברײט פֿון דער אַנדער זײַט – די ברײט פֿון דעם געצעלט. 2און די ברײט פֿון דעם אײַנגאַנג צען אײלן, און די זײַטן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿינף אײלן פֿון דער זײַט, און פֿינף אײלן פֿון דער אַנדער זײַט. און ער האָט אָפּגעמאָסטן זײַן לענג, פֿערציק אײלן, און די ברײט, צװאַנציק אײלן. 3און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אינעװײניק, און האָט אָפּגעמאָסטן די טירזײַלן פֿון דעם אײַנגאַנג, צװײ אײלן, און דעם אײַנגאַנג, זעקס אײלן, און די ברײט פֿון דעם אײַנגאַנג, זיבן אײלן. 4און ער האָט אָפּגעמאָסטן זײַן לענג, צװאַנציק אײלן, און די ברײט, צװאַנציק אײלן, פֿאַר דעם הֵיכל; און ער האָט צו מיר געזאָגט: דאָס איז דער קדשֵי-קָדשים.

5און ער האָט אָפּגעמאָסטן די װאַנט פֿון דעם הױז, זעקס אײלן, און די ברײט פֿון אַ זײַטקאַמער, פֿיר אײלן, רונד אַרום הױז פֿון אַלע זײַטן. 6און די זײַטקאַמערן זײַנען געװען אַ קאַמער איבער אַ קאַמער, דרײַ און דרײַסיק מאָל; און זײ זײַנען פֿאַרמינערונגען אין דער װאַנט װאָס צום הױז פֿאַר די זײַטקאַמערן רונד אַרום, כּדי זיך צו האַלטן דעראָן, און זײ זאָלן זיך נישט האַלטן אָן דער װאַנט פֿון הױז. 7און װאָס העכער און העכער אַלץ ברײטער זײַנען געװאָרן רונד אַרום די זײַטקאַמערן; װאָרעם דער אַרומבױ פֿון הױז איז געגאַנגען העכער און העכער רונד אַרום הױז; דערום האָט דאָס הױז געהאַט אױבן מער ברײטקײט; און אַזױ איז מען אַרױף פֿון דער אונטערשטער רײ צו דער אױבערשטער דורך דער מיטלסטער. 8און איך האָב געזען אַז דאָס הױז האָט געהאַט אַ דערהײכונג רונד אַרום; די גרונטפֿעסטן פֿון די זײַטקאַמערן זײַנען געװען אַ פֿולער שטאַנג פֿון זעקס אײלן בײַם געלענק. 9די גרעב פֿון דער אױסנװײניקסטער װאַנט פֿון די זײַטקאַמערן איז געװען פֿינף אײלן; און װאָס איז געלאָזט געװאָרן פֿרײַ צװישן די זײַטקאַמערן װאָס בײַם הױז. 10און צװישן די קאַמערן, איז געװען צװאַנציק אײלן די ברײט, רונד אַרום הױז פֿון אַלע זײַטן. 11און די אײַנגאַנגען פֿון די זײַטקאַמערן זײַנען געװען צו דעם פֿרײַ געלאָזטן אָרט צו, אײן אײַנגאַנג צו צפֿון, און אײן אײַנגאַנג צו דָרום; און די ברײט פֿון דעם פֿרײַ געלאָזטן אָרט איז געװען פֿינף אײלן רונד אַרום.

12און דער בנין װאָס איז געװען פֿאַר דעם אָפּגעזונדערטן אָרט אין דער זײַט קעגן מערבֿ, איז געװען די ברײט זיבעציק אײלן, און די װאַנט פֿון דעם בנין פֿינף אײלן די גרעב רונד אַרום, און זײַן לענג נײַנציק אײלן.

13און ער האָט אָפּגעמאָסטן דאָס הױז, הונדערט אײלן די לענג, און דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, און דעם בנין מיט זײַנע װענט, הונדערט אײלן די לענג; 14און די ברײט פֿון דער פֿאָדערזײַט פֿון דעם הױז און פֿון דעם אָפּגעזונדערטן אָרט צו מזרח, הונדערט אײלן. 15און ער האָט אָפּגעמאָסטן די לענג פֿון דעם בנין פֿאַר לענג פֿון דעם אָפּגעזונדערטן אָרט, װאָס אױף זײַן הינטערשטער זײַט, און זײַנע באַלקאָנען פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט, הונדערט אײלן. און דער הֵיכל, מיט דעם אינעװײניק הֵיכל מיט די פֿירהײַזער פֿון דעם הױף, 16די שװעלן, און די שמאָלע פֿענצטער, און די באַלקאָנען רונד אַרום זײ דרײַען, אַקעגן די שװעלן, זײַנען געװען באַטאָװלט מיט האָלץ רונד אַרום און פֿון דער ערד ביז די פֿענצטער – און די פֿענצטער זײַנען געװען פֿאַרדעקט – 17ביז איבערן אײַנגאַנג, און ביז דעם אינעװײניקסטן הױז, און אױסנװײניק, און אױף דער גאַנצער װאַנט רונד אַרום, אינעװײניק און אױסנװײניק, לױט אַ מאָס. 18און עס איז געװען געמאַכט מיט כּרובֿים און טײטלבײמער, און אַ טײטלבױם צװישן אַ כּרובֿ און אַ כּרובֿ; און צװײ פּנימער האָט געהאַט איטלעכער כּרובֿ, 19מיט דעם פּנים פֿון אַ מענטשן קעגן אַ טײטלבױם פֿון דער זײַט, און דעם פּנים פֿון אַ יונגן לײב קעגן אַ טײטלבױם פֿון דער אַנדער זײַט; געמאַכט אױפֿן גאַנצן הױז רונד אַרום. 20פֿון דער ערד ביז איבערן אײַנגאַנג זײַנען די כּרובֿים און די טײטלבײמער געװען געמאַכט; דאָס גלײַכן אױף דער װאַנט פֿון הֵיכל.

21און די בײַשטידלעך פֿון הֵיכל זײַנען געװען פֿירעקעכדיק; און די פֿאָדערזײַט פֿון דעם הײליקטום איז געװען אין אױסזען פֿון דעם אַנדערן. 22און דער מזבח איז געװען פֿון האָלץ, דרײַ אײלן הױך, און זײַן לענג צװײ אײלן; אי זײַנע װינקלען צו אים, אי זײַן לענג, און זײַנע װענט, פֿון האָלץ. און ער האָט צו מיר געזאָגט: דאָס איז דער טיש װאָס פֿאַר ה׳. 23און צװײ טירן זײַנען געװען צום הֵיכל און צום הײליקטום. 24און צװײ פֿליגלען האָבן די טירן געהאַט, צװײ אַרומגעדרײט פֿליגלען, צװײ אין אײן טיר, און צװײ פֿליגלען אין דער אַנדערער. 25און אױף זײ, אױף די טירן פֿון דעם הֵיכל, זײַנען געװען געמאַכט כּרובֿים און טײטלבײמער, אַזױ װי זײ זײַנען געמאַכט געװען אױף די װענט; און אַ הילצערן באַלקנדעכל איז געװען פֿאָרנט פֿון פּאָליש פֿון אױסנװײניק. 26און שמאָלע פֿענצטער און טײטלבײמער זײַנען געװען פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט, אױף די זײַטן פֿון פּאָליש, און אױף די זײַטקאַמערן פֿון דעם הױז און די באַלקנדעכלעך.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 40Ezekiel 42 ►