1און עס איז געװען אין יענעם יאָר, אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון צִדקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה, אין פֿירטן יאָר, אין פֿינפֿטן חודש, האָט צו מיר געזאָגט חַנַניָה דער זון פֿון עַזור דעם נבֿיא װאָס פֿון גִבֿעוֹן, אין הױז פֿון ה׳ פֿאַר די אױגן פֿון די כּהנים און פֿון גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 2אַזױ האָט גערעדט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: איך האָב צעבראָכן דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל. 3אין נאָך צװײ יאָר צײַט קער איך אַרום צו דעם דאָזיקן אָרט אַלע כּלים פֿון ה׳ס הױז, װאָס נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט אַװעקגענומען פֿון דעם דאָזיקן אָרט, און זײ געבראַכט קײן בָבֿל; 4און יכָניָה דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, דעם מלך פֿון יהוּדה, און אַלע פֿאַרטריבענע פֿון יהוּדה, װאָס זײַנען געקומען קײן בָבֿל, קער איך אום צו דעם דאָזיקן אָרט, זאָגט ה׳; װאָרעם איך װעל צעברעכן דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל.
5האָט יִרמיָה הנבֿיא געזאָגט צו חַנַניָה דעם נבֿיא פֿאַר די אױגן פֿון די כּהנים, און פֿאַר די אױגן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק, װאָס זײַנען געשטאַנען אין הױז פֿון ה׳ – 6האָט יִרמיָה הנבֿיא געזאָגט: אָמן! זאָל ה׳ טאָן אַזױ! זאָל ה׳ מקײם זײַן דײַנע װערטער װאָס דו האָסט נבֿיאות געזאָגט, אומצוקערן די כּלים פֿון ה׳ס הױז, און אַלע פֿאַרטריבענע, פֿון בָבֿל צו דעם דאָזיקן אָרט. 7אָבער הער אַקאָרשט דאָס דאָזיקע װאָרט, װאָס איך רעד אין דײַנע אױערן, און אין די אױערן פֿון גאַנצן פֿאָלק: 8די נבֿיאים װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר און פֿאַר דיר פֿון אײביק אָן, האָבן נבֿיאות געזאָגט איבער פֿיל לענדער, און איבער גרױסע מלוכות, אױף מלחמה, און אױף אומגליק, און אױף פּעסט. 9דער נבֿיא װאָס זאָגט נבֿיאות אױף שלום, איז, ערשט אַז דאָס װאָרט פֿון דעם נבֿיא קומט אָן, װערט דער נבֿיא דערקענט, אַז ה׳ האָט אים מיט אַן אמת געשיקט.
10האָט חַנַניָה דער נבֿיא אַראָפּגענומען דעם יאָכשטאַנג פֿון יִרמיָה הנבֿיאס האַלדז, און האָט אים צעבראָכן. 11און חַנַניָה האָט געזאָגט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ װעל איך צעברעכן דעם יאָך פֿון נבֿוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, אין נאָך צװײ יאָר צײַט, פֿון דעם האַלדז פֿון אַלע פֿעלקער. – און יִרמיָה הנבֿיא איז געגאַנגען אױף זײַן װעג.
12און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהן, נאָכדעם װי חַנַניָה דער נבֿיא האָט צעבראָכן דעם יאָכשטאַנג פֿון יִרמיָה הנבֿיאס האַלדז, אַזױ צו זאָגן: 13גײ, און זאָלסט זאָגן צו חַנַניָהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: הילצערנע שטאַנגען האָסטו צעבראָכן, און װעסט מאַכן אַנשטאָט זײ אײַזערנע שטאַנגען. 14װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: אַן אײַזערנעם יאָך האָב איך געגעבן אױפֿן האַלדז פֿון אַלע די דאָזיקע פֿעלקער, צו דינען נבֿוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, און זײ װעלן אים דינען; און אַפֿילו די חיה פֿון פֿעלד האָב איך אים געגעבן. 15און יִרמיָה הנבֿיא האָט געזאָגט צו חַנַניָה דעם נבֿיא: הער אַקאָרשט, חַנַניָה, ה׳ האָט דיך נישט געשיקט, און דו האָסט געמאַכט פֿאַרזיכערן דאָס דאָזיקע פֿאָלק אױף ליגן. 16דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך שיק דיך אַװעק פֿון געזיכט פֿון דער ערד; הײַיאָר װעסטו שטאַרבן, װײַל אָפּקערונג האָסטו גערעדט קעגן ה׳.
17– און חַנַניָה דער נבֿיא איז געשטאָרבן אין יענעם יאָר אין זיבעטן חודש.