1און עס איז געװען צום סוף פֿון צװאַנציק יאָר װאָס שלמה האָט געבױט דאָס הױז פֿון ה׳, און זײַן הױז, 2און די שטעט װאָס חורָם האָט געגעבן שלמהן, זײ האָט שלמה געהאַט פֿאַרבױט, און דאָרטן באַזעצט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, 3איז שלמה געגאַנגען קײן חַמַת-צוֹבָֿה, און איז זי בײַגעקומען. 4און ער האָט געבױט תַּדמוֹר אין דער מדבר, און אַלע שפּײַכלערשטעט װאָס ער האָט געבױט אין חַמָת. 5און ער האָט אָפּגעבױט די אױבערשטע בֵית-חוֹרוֹן און די אונטערשטע בֵית-חוֹרוֹן, פֿעסטונגשטעט מיט מױערן, טירן, און ריגלען; 6און בַעַלָת, און אַלע שפּײַכלערשטעט װאָס שלמה האָט געהאַט, און אַלע שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און שטעט פֿאַר רײַטער, און יעטװעדער געלוסט װאָס שלמה האָט געגלוסט צו בױען אין ירושָלַיִם, און אױפֿן לבֿנוֹן, און אין גאַנצן לאַנד פֿון זײַן ממשלה.
7דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז געבליבן פֿון דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, װאָס זײ זײַנען נישט פֿון יִשׂרָאֵל – 8פֿון זײערע קינדער װאָס זײַנען געבליבן נאָך זײ אין לאַנד, װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זײ נישט פֿאַרלענדט – זײ האָט שלמה גענומען פֿאַר צינדזקנעכט ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 9אָבער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט שלמה נישט געמאַכט פֿאַר קנעכט פֿאַר זײַן אַרבעט; נאָר זײ זײַנען געװען די מלחמה-לײַט, און זײַנע אײבערעלטסטע, און די האַרן איבער זײַנע רײַטװעגן און זײַנע רײַטער.
10און דאָס זײַנען געװען די הױפּטגעשטעלטע װאָס דער מלך שלמה האָט געהאַט: צװײ הונדערט און פֿופֿציק װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק.
11און פַּרעהס טאָכטער האָט שלמה אַרױפֿגעבראַכט פֿון דָוִדס-שטאָט אין דעם הױז װאָס ער האָט פֿאַר איר געבױט, װאָרעם ער האָט געזאָגט: מײַנע אַ װײַב זאָל נישט װױנען אין דעם הױז פֿון דָוִד דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, װאָרעם די ערטער זײַנען הײליק, װײַל צו זײ איז געקומען דער אָרון פֿון ה׳.
12דענצמאָל האָט שלמה אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} צו ה׳ אױף דעם מזבח פֿון ה׳ װאָס ער האָט געבױט פֿאַר דעם פֿאָדערהױז, 13אַזױ װי מע דאַרף אױפֿברענגען טאָגטעגלעך לױט דעם געבאָט פֿון משהן, אין די שבתים, און אום ראָש-חודש, און אין די יוֹם-טובֿים, דרײַ מאָל אין יאָר, אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות,[1] און אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון שבֿועות, און אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת. 14און ער האָט געשטעלט, לױט דעם געזעץ פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, די אָפּטײלונגען פֿון די כּהנים אױף זײער דינסט, און די לוִיִים אױף זײערע װאַכן, אױף צו לױבן און צו טאָן דעם דינסט לעבן די כּהנים, לױט דעם טאָגטעגלעכן באַדאַרף; און די טױערלײַט לױט זײערע אָפּטײלונגען בײַ איטלעכן טױער, װאָרעם אַזױ איז געװען דער באַפֿעל פֿון דָוִד דעם מאַן פֿון ג-ט. 15און מע האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון דעם מלכס באַפֿעל צו די כּהנים און די לוִיִים װעגן יעטװעדער זאַך, און װעגן די שאַצן.
16אַזױ איז צו שטאַנד געקומען שלמהס גאַנצע אַרבעט פֿון דעם טאָג װאָס דער גרונטפֿעסט איז געלײגט געװאָרן פֿאַר ה׳ס הױז, און ביז ער האָט אין גאַנצן פֿאַרענדיקט דאָס הױז פֿון ה׳.
17דענצמאָל איז שלמה געגאַנגען קײן עֶציוֹן-גֶבֶֿר און קײן אֵילוֹת אױפֿן ברעג ים אין לאַנד אֶדוֹם. 18און חורָם האָט אים געשיקט דורך דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט שיפֿן, און קנעכט װאָס קענען דעם ים, און זײ זײַנען געקומען מיט שלמהס קנעכט קײן אוֹפֿיר, און האָבן געקריגן פֿון דאָרטן פֿיר הונדערט און פֿופֿציק צענטנער גאָלד, און געבראַכט צום מלך שלמה.