AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Kings 19
◄ 2 Kings 18
2 Kings 19
מְלָכִים ב 19
2 Kings 20 ►

1און עס איז געװען, װי דער מלך חִזקִיָהו האָט עס געהערט, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און זיך צוגעדעקט מיט זאַק, און ער איז געקומען אין הױז פֿון ה׳. 2און ער האָט געשיקט אֶליָקימען װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דעם שרײַבער, און די עלטסטע פֿון די כּהנים, צוגעדעקט מיט זאַקקלײדער, צו ישַעיָהו הנבֿיא דעם זון פֿון אָמוצן. 3און זײ האָבן צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט חִזקִיָהו: אַ טאָג פֿון נױט און שטראָף און שמאַך איז הײַנטיקער טאָג, װאָרעם די קינדער זײַנען געקומען צום מוטערמױל, און נישטאָ קײן כּוֹח צו געבערן. 4אפֿשר װעט ה׳ דײַן ג-ט הערן אַלע װערטער פֿון רַבֿשָקֵהן, װאָס זײַן האַר דער מלך פֿון אשור האָט אים געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן אלֹקים, און ער װעט שטראָפֿן פֿאַר די רײד װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט געהערט; דערום זאָלסטו אױפֿהײבן אַ תּפֿילה פֿאַר דעם איבערבלײַב װאָס געפֿינט זיך דאָ.

5און װי די קנעכט פֿון מלך חִזקִיָהון זײַנען געקומען צו ישַעיָהון, 6האָט ישַעיָהו צו זײ געזאָגט: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו אײַער האַר: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר די װערטער װאָס דו האָסט געהערט, מיט װאָס די יונגען פֿון דעם מלך פֿון אשור האָבן מיך געשענדט. 7זע, איך גיב אַרײַן אין אים אַ גײַסט, און ער װעט הערן אַ הערונג, און װעט זיך אומקערן צו זײַן לאַנד; און איך װעל אים מאַכן פֿאַלן דורכן שװערד אין זײַן לאַנד.

8און רַבֿשָקֵה האָט זיך אומגעקערט, און האָט געפֿונען דעם מלך פֿון אשור מלחמה האַלטנדיק אױף לִבֿנָה; װאָרעם ער האָט געהאַט געהערט אַז ער האָט אַװעקגעצױגן פֿון לָכיש.

9און [סַנחֵריבֿ] האָט געהערט אױף תִּרהָקָה דעם מלך פֿון כּוּש, אַזױ צו זאָגן: ער איז אַרױסגעגאַנגען מלחמה צו האַלטן מיט דיר. און ער האָט װידער געשיקט שלוחים צו חִזקִיָהון, אַזױ צו זאָגן: 10אַזױ זאָלט איר זאָגן צו חִזקִיָהון דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: זאָל דיך נישט נאַרן דײַן ג-ט, װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף אים, אַזױ צו זאָגן: ירושָלַיִם װעט נישט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. 11אָט האָסטו געהערט װאָס די מלכים פֿון אשור האָבן געטאָן צו אַלע לענדער, זײ צו פֿאַרװיסטן, און דו װילסט ניצול װערן? 12האָבן די ג‑טער פֿון די פֿעלקער מציל געװען די װאָס מײַנע עלטערן האָבן צעשטערט, גוֹזָן, און חָרָן, און רֶצֶף, אױף די קינדער פֿון עֵדֶן װאָס אין תּלַשָׂר? 13װוּ איז דער מלך פֿון חַמָת, און דער מלך פֿון אַרפַּד, און דער מלך פֿון דער שטאָט ספֿרוַיִם, פֿון הֵנַע, און עִוָה?

14האָט חִזקִיָהו צוגענומען דעם בריװ פֿון דער האַנט פֿון די שלוחים, און האָט אים איבערגעלײענט; און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון ה׳; און חִזקִיָהו האָט אים אױסגעשפּרײט פֿאַר ג-ט.

15און חִזקִיָהו האָט מתפּלל געװען צו ג-ט, און האָט געזאָגט: ה׳ דו אלוקי יִשׂרָאֵל װאָס זיצט איבער די כּרובֿים, דו אַלײן ביסט דער ג-ט איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד; דו האָסט געמאַכט די הימלען און די ערד. 16נײַג, ה׳, דײַן אױער, און הער; עפֿן, ה׳, דײַנע אױגן און זע; און הער די װערטער פֿון סַנחֵריבֿן װאָס האָט אים געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן אלֹקים. 17אמת, ה׳, די מלכים פֿון אשור האָבן חרובֿ געמאַכט די פֿעלקער און זײער לאַנד, 18און זײ האָבן איבערגעגעבן זײערע ג‑טער צום פֿײַער; װאָרעם זײ זײַנען קײן ג‑טער נישט געװען; נאָר בלױז דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס האַנט, האָלץ און שטײן; דערום האָבן זײ זײ אונטערגעבראַכט. 19און אַצונד, ה׳ אלוקינו, העלף אונדז, איך בעט דיך, פֿון זײַן האַנט, און זאָלן אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד װיסן, אַז דו ה׳ אַלײן ביסט אלֹקים.

20האָט ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן געשיקט צו חִזקִיָהון, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: װאָס דו האָסט מתפּלל געװען צו מיר װעגן סַנחֵריבֿ דעם מלך פֿון אשור, האָב איך צוגעהערט. 21דאָס איז דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט װעגן אים גערעדט:

עס פֿאַראַכט דיך, עס שפּאָט פֿון דיר
די יונגפֿרױ טאָכטער צִיוֹן;
עס שאָקלט דעם קאָפּ הינטער דיר
די טאָכטער ירושָלַיִם.
22װעמען האָסטו געלעסטערט און געשענדט?
און אױף װעמען האָסטו דײַן קֹול אױפֿגעהױבן?
יאָ, האָסט געהױבן דײַנע אױגן אין דער הײך
אַקעגן דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל.
23דורך דײַנע שלוחים האָסטו געלעסטערט אֲדֹנָי,
און געזאָגט: מיט מײַנע פֿיל רײַטװעגן
בין איך צו דער הײך פֿון די בערג אַרױף,
צו די װינקלען פֿון לבֿנוֹן;
און איך האַק {כרת}[1] אָפּ זײַנע הױכע צעדערן,
זײַנע געקליבענע ציפּרעסבײמער;
און איך קום צו זײַן עקסטן האַרבעריק,
צום װאַלד פֿון זײַן פֿרוכטגאָרטן.
24איך האָב געגראָבן און געטרונקען װאַסערן פֿרעמדע,
און טריקן אױס מיט מײַנע פֿוסטריט
אַלע טײַכן פֿון מִצרַיִם.
25האָסטו דען נישט געהערט?
פֿון לאַנג אָן האָב איך עס צוגעגרײט,
פֿון אַלטע טעג האָב איך עס געפֿורעמט;
אַצונד האָב איך עס געבראַכט עס זאָל געשען,
כּדי צו פֿאַרװיסטן אױף חורבֿה-הױפֿנס
באַפֿעסטיקטע שטעט.
26דערום זײַנען זײערע באַװױנער קורצמאַכטיק,
זײ זײַנען צעבראָכן און פֿאַרשעמט;
זײ זײַנען געװאָרן גראָז פֿון דעם פֿעלד,
און קרײַטעכץ גרינע,
מאַך פֿון די דעכער,
און תּבֿואה פֿאַרדאַרט אײדער אױפֿגעװאַקסן.
27אָבער איך װײס דײַן זיצן,
און דײַן גײן און דײַן קומען,
און דײַן שטורעמען קעגן מיר.
28װײַל דײַן שטורעמען קעגן מיר
און דײַן ליאַרעם איז אַרױף אין מײַנע אױערן,
דערום, װעל איך אַרײַנטאָן מײַן רינג אין דײַן נאָז,
און מײַן צאַם אין דײַנע ליפּן,
און איך װעל דיך אומקערן אױף דעם װעג
װאָס דו ביסט געקומען אױף אים.

29און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן: איר װעט עסן הײַיאָר נאָכװוּקס, און אױפֿן צװײטן יאָר װידערװוּקס; און אױפֿן דריטן יאָר, זיִיִט און שנײַדט, און פֿלאַנצט װײַנגערטנער, און עסט זײער פֿרוכט. 30און דער אַנטרונענער איבערבלײַב פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה װעט װידער װאָרצלען אונטן, און טראָגן פֿרוכט אױבן. 31װאָרעם פֿון ירושָלַיִם װעט אַרױסקומען אַן איבערבלײַב, און אַן אַנטרינונג פֿון באַרג צִיוֹן; דאָס אָננעמען זיך פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װעט דאָס טאָן.

32פֿאַר װאָר, אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױפֿן מלך פֿון אשור: ער װעט נישט אַרײַנקומען אין דער דאָזיקער שטאָט, און נישט אַרײַנשיסן אַהין אַ פֿײַל, און נישט קומען פֿאַר איר מיט אַ שילד, און נישט אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל. 33אױף דעם װעג װאָס ער איז געקומען, אױף אים װעט ער זיך אומקערן, און אין דער דאָזיקער שטאָט װעט ער נישט אַרײַנקומען, זאָגט ה׳. 34און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט, זי צו העלפֿן, פֿון מײַנעט װעגן און פֿון מײַן קנעכט[2] דָוִדס װעגן.

35און עס איז געװען אין יענער נאַכט, איז אַרױסגעגאַנגען אַ מלאך פֿון ה׳ און האָט געשלאָגן אין לאַגער פֿון אשור הונדערט און פֿינף און אַכציק טױזנט. און אַז מע האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, ערשט זײ זײַנען אַלע טױטע פּגָרים.

36און סַנחֵריבֿ דער מלך פֿון אשור האָט אַװעקגעצױגן, און איז געגאַנגען און האָט זיך אומגעקערט; און ער איז געבליבן אין נינוֵה.

37און עס איז געװען, װי ער בוקט זיך אין הױז פֿון זײַן ג-ט נִסרוך, אַזױ האָבן זײַנע זין אַדרַמֶלֶך און שַׂראֶצֶר אים דערשלאָגן מיטן שװערד; און זײ זײַנען אַנטרונען געװאָרן אין לאַנד אַרָרָט. און זײַן זון אֵסַר-חַדוֹן איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[3]

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Kings 182 Kings 20 ►