1און עס איז געװען, אַז רחַבֿעָמס מלוכה האָט זיך באַפֿעסטיקט, און ער איז געװאָרן שטאַרק, האָט ער פֿאַרלאָזן די תּורה פֿון ה׳, און גאַנץ יִשׂרָאֵל מיט אים.
2און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון דעם מלך רחַבֿעָם, איז שישַק דער מלך פֿון מִצרַיִם אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושָלַיִם, װײַל זײ האָבן געפֿעלשט אָן ה׳; 3מיט טױזנט און צװײ הונדערט רײַטװעגן, און מיט זעכציק טױזנט רײַטער; און אָן אַ צאָל איז געװען דאָס פֿאָלק װאָס איז מיט אים געקומען פֿון מִצרַיִם, לובֿים, סוכִּיִּים, און כּוּשים. 4און ער האָט באַצװוּנגען די פֿעסטונגשטעט פֿון יהוּדה, און איז געקומען ביז ירושָלַיִם.
5איז שמַעיָה דער נבֿיא געקומען צו רחַבֿעָמען, און צו די האַרן פֿון יהוּדה, װאָס האָבן זיך אײַנגעזאַמלט קײן ירושָלַיִם פֿון װעגן שישַקן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איר האָט מיך פֿאַרלאָזן, דערום האָב איך אױך אײַך איבערגעלאָזן אין דער האַנט פֿון שישַקן.
6און די האַרן פֿון יִשׂרָאֵל און דער מלך זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, און זײ האָבן געזאָגט: ה׳ איז גערעכט. 7און װי ה׳ האָט געזען אַז זײ זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו שמַעיָהן, אַזױ צו זאָגן: זײ זײַנען געװאָרן אונטערטעניק, װעל איך זײ נישט אומברענגען; און איך װעל זײ געבן אַ קלײנע אַנטרינונג, און מײַן גרימצאָרן װעט נישט אױסגעגאָסן װערן אױף ירושָלַיִם דורך דער האַנט פֿון שישַקן. 8נײַערט זײ װעלן זײַן קנעכט צו אים; כּדי זײ זאָלן װיסן צװישן מײַן דינסט און דעם דינסט פֿון די מלוכות פֿון די לענדער.
9און שישַק דער מלך פֿון מִצרַיִם איז אַרױפֿגעקומען אױף ירושָלַיִם; און ער האָט צוגענומען די אוֹצרות פֿון ה׳ס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז; אַלץ האָט ער צוגענומען. און ער האָט צוגענומען די גילדערנע שילדן װאָס שלמה האָט געמאַכט. 10און דער מלך רחַבֿעָם האָט געמאַכט אַנשטאָט זײ קופּערנע שילדן, און האָט זײ איבערגעגעבן אױף דער האַנט פֿון די הױפּטלײַט פֿון די לױפֿערס װאָס האָבן געהיט דעם אײַנגאַנג פֿון מלכס הױז. 11און עס איז געװען, װען נאָר דער מלך פֿלעגט קומען אין ה׳ס הױז, זײַנען געקומען די לױפֿערס און פֿלעגן זײ אַרױסטראָגן, דערנאָך פֿלעגן זײ זײ אומקערן אין דער קאַמער פֿון די לױפֿערס.
12און אַז ער איז געװאָרן אונטערטעניק, האָט זיך אָפּגעקערט פֿון אים דער צאָרן[1] פֿון ה׳, נישט אומצוברענגען אין גאַנצן; און אױך זײַנען געװען אין יהוּדה גוטע זאַכן.
13און דער מלך רחַבֿעָם האָט זיך באַפֿעסטיקט אין ירושָלַיִם, און האָט געקיניגט; װאָרעם אײן און פֿערציק יאָר איז רחַבֿעָם אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און זיבעצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם, אין דער שטאָט װאָס ה׳ האָט אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נַעֲמָה די עַמוֹנית. 14און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט, װאָרעם ער האָט נישט געקערט זײַן האַרץ צו זוכן ה׳.
15און די זאַכן װעגן רחַבֿעָמען, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין די װערטער פֿון שמַעיָה דעם נבֿיא, און עִדוֹ דעם זעער, װעגן דעם יחוס. און מלחמות זײַנען געװען צװישן רחַבֿעָמען און יָרָבֿעָמען אַלע טעג.
16און רחַבֿעָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דָוִדס-שטאָט. און זײַן זון אַבֿיָה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[2]