AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 46
◄ Isaiah 45
Isaiah 46
יְשַעְיָה 46
Isaiah 47 ►
1געקניט איז בֵל, געבױגן איז נבֿוֹ;
זײערע געצן זײַנען אױף בהמות און אױף לאַסטפֿי;
די װאָס איר פֿלעגט זיך אומטראָגן מיט זײ,
זײַנען אױפֿגעלאָדן, אַ משׂא אױף מידע בהמות.
2זײ זײַנען געבױגן, געקניט אין אײנעם;
זײ האָבן נישט געקענט ראַטעװען די משׂא,
און זײ אַלײן זײַנען אין געפֿאַנגענשאַפֿט אַװעק.
3הערט מיר צו, איר הױז פֿון יעקבֿ,
און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון הױז יִשׂרָאֵל,
איר געפּעסטעטע פֿון מוטערלײַב,
איר געטראָגענע פֿון געבערמוטער:
4אַפֿילו ביז עלטער בין איך דער אײגענער,
און ביז גראָע האָר װעל איך טראָגן;
איך האָב געמאַכט, און איך װעל טראָגן,
און איך װעל אױף זיך נעמען און װעל ראַטעװען.
5צו װעמען װילט איר מיך צוגלײַכן און גלײַכשטעלן,
און מיך פֿאַרגלײַכן, אַז מיר זאָלן גלײַך זײַן?
6איר װאָס שיט גאָלד פֿון בײַטל,
און װעגט זילבער אױפֿן װאָגשטאַנג;
װאָס דינגט אַ שמעלצער ער זאָל דערפֿון מאַכן אַ ג-ט,
מע זאָל זיך קניִען און בוקן.
7מע נעמט אים אױפֿן אַקסל, מע טראָגט אים,
און מע שטעלט אים אַװעק אױף זײַן פּלאַץ,
און ער שטײט, ער רירט זיך נישט פֿון זײַן אָרט;
אַפֿילו עמעצער שרײַט צו אים, ענטפֿערט ער נישט,
פֿון זײַן נױט טוט ער נישט העלפֿן.
8געדענקט דאָס, און מינטערט אײַך אױף,
נעמט, איר פֿאַרברעכער, צום האַרצן.
9געדענקט דאָס פֿריִערדיקע פֿון אײביק אָן:
אַז איך בין אֵל, און מער איז נישטאָ,
אלֹקים, און נישטאָ מײַן גלײַכן.
10איך זאָג אָן פֿון אָנהײב דעם סוף,
און פֿון פֿאַרצײַטן, װאָס איז נאָך נישט געשען;
איך זאָג: מײַן באַראָט זאָל באַשטײן,
און אַל מײַן באַגער װעל איך טאָן.
11איך רוף פֿון מזרח דעם רױבפֿױגל,[1]
פֿון אַ װײַטן לאַנד דעם מאַן פֿון מײַן באַראָט;
יאָ, איך האָב גערעדט, און איך װעל עס ברענגען,
איך האָב באַשערט, און איך װעל עס טאָן.
12הערט מיר צו, איר שטאַרקהאַרציקע,
װאָס שפּירט זיך װײַט פֿון גערעכטיקײט:
13איז דערנענטערן מײַן גערעכטיקײט,
זי איז נישט װײַט,
און מײַן ישועה װעט נישט זאַמען;
און איך װעל געבן אין צִיוֹן אַ ישועה
פֿאַר יִשׂרָאֵל מײַן צירונג.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteEphesians 1 →

1פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון צו די קדושים, וואס געפינען זיך אין עפעזוס און צו די מאמינים אינם משיח יהושע/ישוע: 2חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.

3געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, וואס האט אונדז געבענטשט מיט יעדער רוחניותדיקער ברכה אין די הימלישע ערטער אינם משיח; 4לויט ווי ער האט אונדז אויסדערוויילט אין אים איידער נאך די וועלט איז באשאפן געווארן, אז מיר זאלן זיין הייליק און אָן א פעלער פאר אים אין ליבע; 5פארויסבאשטימענדיק אונדז צו אדאפטירונג צו אים דורך יהושע/ישוע המשיחן לויט דעם וואוילגעפעלן פון זיין רצון, 6צום לויב פון דעם כבוד פון זיין חסד, מיט וועלכן ער האט אונדז באגנעדיקט אין זיין געליבטן זון; 7אין וועמען מיר האבן די ישועה דורך זיין בלוט, די פארגעבונג פון (אונדזערע) זינד, לויט דער עשירות פון זיין חסד, 8וואס ער האט פארמערט לגבי אונדז אין יעדער חכמה און פארשטענדיקייט, 9באקאנט מאכנדיק צו אונדז דעם סוד פון זיין רצון, לויט זיין וואוילגעפעלן, וואס ער האט פון פריער באשלאסן אין אים, 10כדי אין דער פארוואלטונג פון דער פולקייט פון די צייטן איינצוזאמלען אינם משיח אלץ, וואס איז אויף די הימלען און אויף דער ערד; 11אין אים, אין וועמען אויך מיר זענען געווארן יורשים, פארויס באשטימט לויט דער כוונה פון אים, וואס ווירקט אלץ לויט דער עצה פון זיין רצון; 12כדי מיר זאלן זיין צום לויב פון זיין כבוד, מיר, וואס האבן פון פריער געהאפט אין דעם משיח; 13אין וועמען אויך איר, האבנדיק געהערט דאס ווארט פון אמת—די גוטע בשורה פון אייער ישועה—אין וועמען אויך ווערנדיק מאמינים, איר זענט פארחתמעט געווארן דורך דעם גייסט פון דער הבטחה—דעם רוח הקודש, 14וועלכער איז דער ערבון פון אונדזער ירושה, ביז צו דער אויסלייזונג פון דעם עם סגולה, צום לויב פון זיין כבוד.

15צוליב דעם אויך איך, האבנדיק געהערט פון אייער גלויבן אין דעם האר יהושע/ישוע און דער ליבע צו אלע הייליקע, 16הער נישט אויף אפצוגעבן א שבח פאר אייך, ווען איך דערמאן אייך אין מיינע תפילות; 17אז דער ג‑ט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער פאטער פון כבוד, זאל אייך געבן א גייסט פון חכמה און פון אנטפלעקונג אין דער דערקענטעניש פון אים; 18אז די אויגן פון אייער הארץ זאלן דערלויכטן ווערן, כדי איר זאלט וויסן וואס איז די האפענונג פון זיין רוף, און עשירות פון זיין הערלעכער ירושה אין די הייליקע, 19און ווי אומפארגלייכלעכע גרויסקייט זיין מאכט איז לגבי אונדז, די מאמינים, לויט דער ווירקונג פון זיין מעכטיקן כוח, 20וועלכן ער האט געווירקט אין דעם משיח, ווען ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע און אים אנידערגעזעצט אויף זיין רעכטער זייט אין די הימלען, 21העכער פון יעדער הערשאפט און ממשלה און מאכט און רעגירונג און יעדן נאמען, וואס ווערט גערופן, נישט נאר אין דער דאזיקער וועלט, נאר אויך לעולם הבא; 22און אלץ האט ער געלייגט אונטער זיינע פיס און אים אליין געגעבן ווי א ראש איבער אלעם צו דער קהלה, 23וועלכע איז זיין גוף, זיין פולקייט, וואס פילט אָן אלץ אין אלעם.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 45Isaiah 47 ►