1האָט געענטפֿערט אֶליפַֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:
2אַז מע פּרוּװט אַ װאָרט צו דיר װעט דיך פֿאַרדריסן?
אָבער װער קען זיך אײַנהאַלטן פֿון רײד?
3זע, האָסט געלערנט פֿילן,
און שלאַפֿע הענט פֿלעגסטו שטאַרקן.
4דעם געשטרױכלטן פֿלעגן אױפֿשטעלן דײַנע רײד,
און געבײגטע קני פֿלעגסטו פֿעסטיקן.
5אָבער אַצונד קומט עס צו דיר, װערסטו אָפּהענטיק,
עס רירט דיך אָן, און װערסט דערשראָקן.
6איז נישט דײַן יִרְאַת (אלֹקים) דײַן בטחון,
דײַן האָפֿענונג די ערלעכקײט פֿון דײַנע װעגן?
7דערמאָן זיך נאָר, װער איז אומשולדיק אונטערגעגאַנגען?
און װוּ זײַנען רעכטפֿאַרטיקע פֿאַרטיליקט געװאָרן?
8װעדליק איך האָב געזען, איז די װאָס אַקערן אומרעכט,
און זײען אומגליק, זײ שנײַדן עס.
9פֿון דעם הױך פֿון אֱלוֹהַּ גײען זײ אונטער,
און פֿון דעם אָטעם פֿון זײַן צאָרן װערן זײ פֿאַרלענדט.
10אַ געבריל פֿון לײב, אַ קֹול פֿון װילדלײב –
אָבער די צײן פֿון די יונגלײבן װערן צעבראָכן;
11דער אַלטער לײב גײט אױס אָן שפּײַז,
און די קינדער פֿון דער לײבינטע װערן צעשפּרײט.
12און צו מיר פֿלעגט אַ װאָרט זיך פֿאַרגנבֿען,
און מײַן אױער האָט פֿאַרנומען אַ קװינט דערפֿון.
13אין געדאַנקען, פֿון זעונגען פֿון דער נאַכט,
װען אַ טיפֿער שלאָף פֿאַלט אױף מענטשן,
14האָט מיך אַ פַּחד געטראָפֿן און אַ ציטערניש,
און האָט אַלע מײַנע בײנער שױדערט.
15און אַ גײַסט פֿלעגט פֿאַר מײַן פּנים אַריבער;
קאַפּױר שטעלן פֿלעגט עס די האָר פֿון מײַן לײַב.
16ער פֿלעגט שטײן, אָבער איך פֿלעג נישט דערקענען זײַן אָנבליק;
אַ געשטאַלט איז געװען פֿאַר מײַנע אױגן;
אַ שטילקײט און אַ שטים פֿלעג איך הערן:
17קען אַ מענטש פֿאַר אֱלוֹהַּ זײַן גערעכט?
צי קען פֿאַר זײַן באַשעפֿער רײן זײַן אַ מאַן?
18זע, אין זײַנע קנעכט גלױבט ער נישט,
און אין זײַנע מלאָכים מערקט ער אַ פֿאַרזע,
19הײַנט װי שױן די װױנער אין הײַזער פֿון לײם,
װאָס זײער גרונט איז אין שטױב?
מע צעדריקט {דכא}
[1] זײ גלײַך װי אַ מאָיל.
20צװישן מאָרגן און אָװנט װערן זײ צעשטױסן,
אומגעמערקט גײען זײ אונטער אױף אײביק.
21פֿאַר װאָר, אָפּגעריסן װערט זײער געצעלטשטריק בײַ זײ,
זײ שטאַרבן, און אָן חכמה.