1אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װײַב און זי באַמאַנען, איז, אױב זי װעט געפֿינען אַן אומחן אין זײַנע אױגן, װײַל ער האָט אױסגעפֿונען אין איר אַ מיאוסע זאַך, און ער װעט איר שרײַבן אַ גט, און געבן אין איר האַנט, און װעט זי אַװעקשיקן פֿון זײַן הױז, 2און זי װעט אַװעק פֿון זײַן הױז, און גײן און װערן אַן אַנדער מאַנס, 3און דער לעצטער מאַן װעט זי פֿײַנט קריגן, און װעט איר שרײַבן אַ גט, און געבן אין איר האַנט, און װעט זי אַװעקשיקן פֿון זײַן הױז, אָדער דער לעצטער מאַן װאָס האָט זי גענומען פֿאַר אַ װײַב צו אים, װעט שטאַרבן, 4טאָר נישט איר ערשטער מאַן, װאָס האָט זי אַװעקגעשיקט, זי צוריקנעמען צו װערן פֿאַר אַ װײַב צו אים, נאָכדעם אַז זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן; װאָרעם אַן אומװערדיקײט איז דאָס פֿאַר ג-ט; און זאָלסט נישט זינדיק מאַכן דאָס לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה.
5אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ נײַע װײַב, זאָל ער נישט אַרױסגײן אין חיל, און אױף אים זאָל נישט אַרױפֿגעלײגט װערן קײן זאַך; פֿרײַ זאָל ער זײַן פֿאַר זײַן הײם אײן יאָר, און דערפֿרײען זײַן װײַב װאָס ער האָט גענומען.
6מע זאָל נישט נעמען אין משכּון אַ האַנטמיל אָדער אַן אױבערשטן מילשטײן; װאָרעם אַ נפֿש נעמט מען אין משכּון.
7אַז עמיצער װעט געפֿונען װערן גנבֿענדיק אַ נפֿש פֿון זײַנע ברידער, פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און ער װעט באַלעבאַטעװען איבער אים, און װעט אים פֿאַרקױפֿן, זאָל שטאַרבן יענער גנבֿ. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.
8זײַ אָפּגעהיט מיט דער פּלאָג פֿון צרעת, צו היטן זײער און צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי װעלן אײַך לערנען; אַזױ װי איך האָב זײ באַפֿױלן, זאָלט איר היטן צו טאָן. 9געדענקט װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט געטאָן צו מִריָמען אונטער װעגנס, װען איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם.
10אַז דו װעסט אַנטלײַען דײַן חבֿר װאָסער עס איז הלװאה, זאָלסטו נישט אַרײַנגײן צו אים אין הױז צו נעמען זײַן משכּון. 11דרױסן זאָלסטו שטײן, און דער מאַן װאָס דו אַנטלײַסט אים, זאָל דיר אַרױסטראָגן דעם משכּון דרױסן. 12און אױב ער איז אַן אָרעמאַן, זאָלסטו זיך נישט לײגן מיט זײַן משכּון. 13אומקערן זאָלסטו אים אומקערן דעם משכּון, װי די זון גײט אונטער; כּדי ער זאָל זיך לײגן אין זײַן צודעק, און דיך בענטשן; און פֿון דיר װעט עס זײַן אַ גערעכטיקײט פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט.
14זאָלסט נישט דריקן אַן אָרעמאַן און נױטבאַדערפֿטיקן לױנאַרבעטער פֿון דײַנע ברידער, אָדער פֿון דײַן פֿרעמדן װאָס אין דײַן לאַנד, אין דײַנע טױערן. 15אין דעם אײגענעם טאָג זאָלסטו אָפּגעבן זײַן לױן, און די זון זאָל נישט אונטערגײן דערױף; װאָרעם ער איז אַן אָרעמאַן, און ער קוקט אױס דערױף; כּדי ער זאָל נישט רופֿן אױף דיר צו ה׳, און אױף דיר װעט זײַן אַ זינד.
16פֿאָטערס זאָלן נישט געטײט װערן פֿאַר קינדער, און קינדער זאָלן נישט געטײט װערן פֿאַר פֿאָטערס; יעטװעדער פֿאַר זײַן זינד זאָל געטײט װערן.
17זאָלסט נישט פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַ פֿרעמדן, פֿון אַ יתום; און זאָלסט נישט נעמען אין משכּון דעם בגד פֿון אַן אַלמנה. 18און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין מִצרַיִם, און ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך אױסגעלײזט פֿון דאָרטן; דערום באַפֿעל איך דיר צו טאָן די דאָזיקע זאַך.
19אַז דו װעסט שנײַדן דײַן שניט אין פֿעלד, און װעסט פֿאַרגעסן אַ גאַרב אין פֿעלד, זאָלסטו זיך נישט אומקערן זי צו נעמען; פֿאַרן פֿרעמדן, פֿאַרן יתום, און פֿאַר דער אַלמנה, זאָל עס זײַן; כּדי ה׳ דײַן ג-ט זאָל דיך בענטשן אין יעטװעדער טואונג פֿון דײַנע הענט.
20אַז דו װעסט אָפּקלאַפּן דײַן אײלבערטבױם, זאָלסטו נישט נאָכזוכן די צװײַגן הינטער דיר; פֿאַרן פֿרעמדן, פֿאַרן יתום, און פֿאַר דער אַלמנה, זאָל עס זײַן. 21אַז דו װעסט האַרבסטן דײַן װײַנגאָרטן, זאָלסטו נישט נאָכקלײַבן הינטער דיר; פֿאַרן פֿרעמדן, פֿאַרן יתום, און פֿאַר דער אַלמנה, זאָל עס זײַן. 22און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד מִצרַיִם; דערום באַפֿעל איך דיר צו טאָן די דאָזיקע זאַך.