AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Deuteronomy 25
◄ Deuteronomy 24
Deuteronomy 25
דְבָֿרִים 25
Deuteronomy 26 ►

1אַז צװישן מענטשן װעט זײַן אַ קריג, און זײ װעלן גענענען צום משפּט, און מע װעט זײ משפּטן, און גערעכט מאַכן דעם גערעכטן, און שולדיק מאַכן דעם שולדיקן, 2איז, אױב דעם שולדיקן קומט שלאָגן, זאָל דער ריכטער אים לאָזן אַנידערלײגן און שלאָגן פֿאַר זײַן געזיכט, װעדליק זײַן שולד, מיט אַ צאָל. 3פֿערציק שלעג זאָל מען אים געבן, נישט מער; טאָמער שלאָגט מען אים מער װי דאָס, צו פֿיל שלעג, װעט דײַן ברודער געשענדט װערן פֿאַר דײַנע אױגן.

4זאָלסט נישט פֿאַרבינדן אַן אָקס דאָס מױל װען ער דרעשט.

5אַז ברידער װעלן װױנען אין אײנעם, און אײנער פֿון זײ װעט שטאַרבן, און קײן קינד האָט ער נישט, זאָל דעם געשטאָרבענעמס װײַב נישט װערן אַ פֿרעמדן מאַנס פֿון דרױסן; איר שװאָגער זאָל קומען צו איר, און זי נעמען פֿאַר אַ װײַב צו אים, און זי באַשװעגערן. 6און עס זאָל זײַן: דער ערשטלינג װאָס זי װעט געבערן, זאָל זײַן אױפֿן נאָמען פֿון זײַן געשטאָרבענעם ברודער, כּדי זײַן נאָמען זאָל נישט אױסגעמעקט װערן פֿון יִשׂרָאֵל. 7און אױב דער מאַן װעט נישט װעלן נעמען זײַן שװעגערין, זאָל זײַן שװעגערין אַרױפֿגײן אין טױער צו די עלטסטע, און זאָגן: מײַן שװאָגער װיל נישט אױפֿשטעלן זײַן ברודער אַ נאָמען אין יִשׂרָאֵל; ער װיל מיך נישט באַשװעגערן. 8און די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט זאָלן אים רופֿן, און רעדן צו אים. און אַז ער װעט זיך שטעלן און זאָגן: איך װיל זי נישט נעמען, 9זאָל זײַן שװעגערין גענענען צו אים פֿאַר די אױגן פֿון די עלטסטע, און אַראָפּציען זײַן שוך פֿון זײַן פֿוס, און אַ שפּײַ טאָן אין זײַן פּנים, און אױסרופֿן און זאָגן: אַזױ זאָל געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װיל נישט בױען זײַן ברודערס הױז. 10און זײַן נאָמען זאָל גערופֿן װערן אין יִשׂרָאֵל: דאָס הױז פֿון דעם װאָס מיטן אַראָפּגעצױגענעם שוך.

11אַז צװײ מענער װעלן זיך ראַנגלען צװישן זיך, אײנער מיטן אַנדערן, און אײנעמס װײַב װעט גענענען אַרױסצוראַטעװען איר מאַן פֿון זײַן שלעגערס האַנט, און זי װעט אױסשטרעקן איר האַנט, און אים אָננעמען פֿאַר די ענגע ערטער, 12זאָלסטו אָפּהאַקן איר האַנט; דײַן אױג זאָל זיך נישט דערבאַרעמען.

13זאָלסט נישט האָבן אין דײַן בײַטל צװײערלײ װאָגשטײנער, אַ גרעסערן און אַ קלענערן. 14זאָלסט נישט האָבן אין דײַן הױז צװײערלײ אֵיפֿהס, אַ גרעסערע און אַ קלענערע. 15אַ פֿול און ריכטיק געװיכט זאָל זײַן בײַ דיר; אַ פֿולע און ריכטיקע אֵיפֿה זאָל זײַן בײַ דיר; כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר. 16װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ דײַן ג-ט איז איטלעכער װאָס טוט דאָס – איטלעכער װאָס טוט אַן עװלה.

17געדענק װאָס עַמָלֵק האָט דיר געטאָן אונטער װעגנס, װען איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; 18װי ער האָט דיך געטראָפֿן אונטער װעגנס, און האָט געשלאָגן דײַנע הינטערשטע, אַלע אָפּגעשלאַפֿטע הינטער דיר, בעת דו ביסט געװען פֿאַרשמאַכט און מיד; און ער האָט נישט מורא געהאַט פֿאַר אלֹקים. 19דערום זאָל זײַן, אַז ה׳ דײַן ג-ט באַרוט דיך פֿון אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, עס צו אַרבן, זאָלסטו אױסמעקן דעם זֵכר פֿון עַמָלֵק פֿון אונטערן הימל; זאָלסטו נישט פֿאַרגעסן.

Brit Chadasha Footnote1 Corinthians 9 →

1צי בין איך דען נישט פריי? צי בין איך דען נישט קיין שליח? צי האב איך דען נישט געזען אונדזער האר יהושע/ישוע? צי זענט איר דען נישט מיין ווערק אינם האר? 2אויב פאר אנדערע בין איך נישט קיין שליח, דאך פאר אייך בין איך יא; ווארום די חתימה פון מיין שליחות זענט איר אינם האר. 3מיין פארטיידיקונג פאר די, וועלכע משפטן מיך, איז דאס: 4צי האבן מיר דען נישט קיין רשות צו עסן און צו טרינקען? 5צי האבן מיר דען נישט קיין רשות ארומצופירן א שוועסטער אלס א ווייב? ווי אויך די איבעריקע שליחים און די ברידער פון דעם האר און כיפא. 6אדער בין איך עס אליין און בר‑נבא, וואס מיר האבן נישט קיין רשות נישט צו ארבעטן? 7ווען דינט עס א זעלנער אויף זיינע אייגענע הוצאות? ווער פלאנצט עס א וויינגארטן, און עסט נישט זיין פרוכט? אדער ווער פאשעט א סטאדע, און עסט נישט פון דער מילך פון דער סטאדע? 8איך רעד דאס פשוט ווי א מענטש? צי זאגט עס דען נישט אפילו די תורה? 9ווארום אין תורת משה שטייט געשריבן: דו זאלסט נישט פארשליסן אן אקס דאס מויל, ווען ער דרעשט. (דברים כה, ד.) צי זארגט זיך דען ה׳ (נאר) פאר אקסן? 10אדער זאגט ער עס פאר אונדזערטוועגן בכלל? יא, פאר אונדזערטוועגן איז עס געשריבן געווארן; ווייל דער אקערער דארף אקערן מיט האפענונג, און דער דרעשער מיט האפענונג צו האבן א חלק. 11אויב מיר האבן אייך פארזייט רוחניותדיקע זאכן, איז עס אזא גרויסע זאך, אויב מיר זאלן שניידן אייערע גשמיותדיקע זאכן? 12אויב אנדערע האבן א חלק אינם רשות איבער אייך, האבן מיר דען נישט מער (רשות)? מיר אבער האבן נישט אויסגענוצט דאס דאזיקע רשות, נאר מיר שטייען אלץ אויס, כדי מיר זאלן נישט פארשאפן קיין שום שטערונג פאר דער בשורה טובה פונם משיח. 13צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וועלכע באשעפטיקן זיך מיט הייליקע עבודות, עסן פון די זאכן אין בית המקדש, און די, וועלכע באדינען ביים מזבח, האבן א חלק אין מזבח? 14און אזוי האט אויך דער האר מתקן געווען פאר די, וועלכע זאגן אָן די בשורה טובה, צו לעבן פון דער בשורה טובה. 15איך אבער האב מיך נישט באנוצט מיט קיינס פון די דאזיקע זאכן; און האב דאס נישט געשריבן, כדי מען זאל עס אזוי טאן לגבי מיר; ווארום עס איז מיר ליבער צו שטארבן, ווי עמיצער זאל צונישט מאכן מיין רום. 16ווארום אויב איך זאג אָן די גוטע בשורה, האב איך נישט מיט וואס זיך צו בארימען, ווייל עס ליגט אויף מיר א חוב; ווארום וויי איז מיר, ווען איך זאג נישט אָן די גוטע בשורה! 17ווארום אויב איך טו דאס דאזיקע פרייוויליק, האב איך א שכר; אויב אבער נישט גערן—איז עס א פארוואלטונג מיר אנפארטרויט. 18וואס זשע איז מיין שכר? אז אנזאגנדיק די בשורה טובה, זאל איך פארלייגן די בשורה טובה בחינם, און נישט מאכן קיין געברויך פון מיין רשות אין דער גוטער בשורה. 19ווארום זייענדיק פריי פון אלעמען, האב איך מיך געמאכט פאר אלעמענס קנעכט, כדי איך זאל מער (מענטשן) געווינען. 20און צו יידן בין איך געווארן ווי א ייד, כדי איך זאל געווינען יידן; צו די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, ווי אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, נישט זייענדיק אליין אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה; 21צו די, וואס זענען אָן א תורה, ווי אָן א תורה, דאך נישט זייענדיק ווי אָן א תורה פאר ה׳, נאר אין דער תורה פון דעם משיח, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אָן א תורה. 22איך בין געווארן צו די שוואכע א שוואכער, כדי איך זאל געווינען די שוואכע; איך בין געווארן אלץ צו אלעמען, כדי אויף יעדן אופן זאל איך ראטעווען אייניקע. 23און אלץ טו איך צוליב דער גוטער בשורה, כדי איך זאל האבן א חלק אין איר. 24צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וואס לויפן אויף דער ארענע, לויפן טאקע אלע, איינער אבער דערלאנגט דעם פריז? אזוי זאלט איר לויפן, כדי איר זאלט עס באקומען. 25און יעדער באקסער באהערשט זיך אין אלעם. און זיי (טאן עס) כדי זיי זאלן באקומען א פארדארבלעכע קרוין; מיר אבער אן אומפארדארבלעכע. 26דעריבער לויף איך אזוי, נישט ווי אין דער פינסטער; אזוי באקס איך, נישט ווי איינער, וואס שלאגט די לופט; 27נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Deuteronomy 24Deuteronomy 26 ►