1אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט פֿאַרשנײַדן {כרת}[1] די פֿעלקער װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר זײער לאַנד, און װעסט זײ ירשען, און זיך באַזעצן אין זײערע שטעט, און אין זײערע הײַזער, 2זאָלסטו דיר אָפּשײדן דרײַ שטעט אין מיטן פֿון דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, עס צו אַרבן. 3זאָלסט דיר אָפּמאַרקירן דעם װעג, און אײַנטײלן אין דרײען דאָס געמאַרק פֿון דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך מאַכן אַרבן, און עס זאָל זײַן אױף צו אַנטלױפֿן אַהין פֿאַר איטלעכן טױטשלעגער. 4און דאָס איז דער פֿאַל פֿון דעם טױטשלעגער װאָס קען אַהין אַנטלױפֿן און בלײַבן לעבן: דער װאָס װעט דערשלאָגן זײַן חבֿר אָן אַ כּיװן, און ער איז אים נישט געװען אַ שׂונא פֿון נעכטן-אײערנעכטן; 5װי אַז אײנער װעט קומען מיט זײַן חבֿר אין װאַלד האַקן בײמער, און זײַן האַנט װעט זיך פֿאַרמעסטן מיט דער האַק אָפּצוהאַקן {כרת}[2] דעם בױם, און דער אײַזן װעט אָפּשפּרינגען פֿון שטיל, און װעט טרעפֿן זײַן חבֿר, און ער װעט שטאַרבן; ער זאָל אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, און בלײַבן לעבן; 6כּדי דער בלוט דערלײזער זאָל נישט נאָכיאָגן דעם טױטשלעגער װען זײַן האַרץ איז הײס, און אים כאַפּן, װײַל דער װעג איז אַ װײַטער, און אים דערשלאָגן צום טױט, װען אים קומט נישט טױטשטראָף {מִשְׁפָּט}[3], װײַל ער איז אים נישט געװען אַ שׂונא פֿון נעכטן-אײערנעכטן. 7דערום באַפֿעל איך דיר, אַזױ צו זאָגן: דרײַ שטעט זאָלסטו דיר אָפּשײדן. 8און אױב ה׳ דײַן ג-ט װעט דערברײטערן דײַן געמאַרק, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, און װעט דיר געבן דאָס גאַנצע לאַנד װאָס ער האָט צוגעזאָגט דײַנע עלטערן צו געבן – 9אַז דו װעסט היטן אַל דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט עס צו טאָן, ליב צו האָבן ה׳ דײַן ג-ט, און צו גײן אין זײַנע װעגן אַלע טעג – זאָלסטו דיר צולײגן נאָך דרײַ שטעט צו די דאָזיקע דרײַ; 10כּדי עס זאָל נישט פֿאַרגאָסן װערן אומשולדיק בלוט אין דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, און עס זאָל נישט זײַן אױף דיר קײן בלוט.
11אָבער אַז אַ מאַן װעט זײַן אַ שׂונא זײַן חבֿר, און ער װעט לױערן אױף אים, און װעט אױפֿשטײן אױף אים, און װעט אים שלאָגן צום טױט, און ער װעט שטאַרבן; און ער װעט אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, 12זאָלן שיקן די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט, און אים נעמען פֿון דאָרטן, און אים איבערגעבן אין האַנט פֿון דעם בלוט דערלײזער, און ער זאָל שטאַרבן. 13דײַן אױג זאָל זיך נישט דערבאַרעמען אױף אים, און זאָלסט אױסראַמען אומשולדיק [פֿאַרגאָסן] בלוט פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי דיר זאָל גוט זײַן.
14זאָלסט נישט פֿאַררוקן דעם גרענעץ פֿון דײַן חבֿר, װאָס די פֿריִערדיקע האָבן אָפּגעגרענעצט, אין דײַן נחלה װאָס דו װעסט ירשען, אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, עס צו אַרבן.
15עס זאָל נישט אױפֿשטײן אײן עדות קעגן אַ מאַן װעגן אַ שום פֿאַרברעך אָדער אַ שום פֿאַרזינדיקונג – אין אַ שום זינד װאָס ער האָט געזינדיקט; דורך דעם מױל פֿון צװײ עדות, אָדער דורך דעם מױל פֿון דרײַ עדות, זאָל אַ זאַך באַשטײן. 16אַז עס װעט אױפֿשטײן אַן אומגערעכטער עדות אַקעגן אַ מאַן, צו זאָגן אױף אים פֿאַרקערטע עדות, 17זאָלן די צװײ מענטשן װאָס האָבן דעם שטרײַט, זיך שטעלן פֿאַר ה׳, פֿאַר די כּהנים און די ריכטער װאָס װעלן זײַן אין יענע טעג. 18און אױב די ריכטער װעלן גוט אױספֿאָרשן, ערשט דער עדות איז אַ פֿאַלשער עדות, ליגן האָט ער געזאָגט אױף זײַן ברודער, 19זאָלט איר טאָן צו אים, אַזױ װי ער האָט געטראַכט צו טאָן צו זײַן ברודער; און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר. 20און די איבעריקע װעלן הערן און װעלן מורא האָבן, און װעלן מער נישט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך צװישן דיר. 21און דײַן אױג זאָל זיך נישט דערבאַרעמען: אַ נפֿש פֿאַר אַ נפֿש, אַן אױג פֿאַר אַן אױג, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן, אַ האַנט פֿאַר אַ האַנט, אַ פֿוס פֿאַר אַ פֿוס.