AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ecclesiastes 10
◄ Ecclesiastes 9
Ecclesiastes 10
קהלת 10
Ecclesiastes 11 ►
1טױטע פֿליגן פֿאַרשטינקען און צעבלעזלען דעם זאַלבמישערס אײל,
אַזױ װעגט אַריבער אַ ביסל נאַרישקײט חכמה און כּבֿוד.
2דער שׂכל פֿון דעם חכם איז אױף זײַן רעכטער זײַט,
און דער שׂכל פֿון נאַרן אױף זײַן לינקער.
3און אױך אַז דער נאַר גײט אין װעג,
פֿעלט אים שׂכל, און ער זאָגט אַלעמען אױס
אַז ער איז אַ נאַר.
4אַז דאָס געמיט פֿון דעם געװעלטיקער הײבט זיך אױף קעגן דיר,
זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן דײַן אָרט;
װאָרעם געלאַסנקײט באַרוט גרױסע זינד.

5פֿאַראַן אַן אומגליק װאָס איך האָב געזען אונטער דער זון, אַזױ װי אַ פֿאַרזע װאָס גײט אַרױס פֿון אַ געװעלטיקער: 6נאַרישקײט װערט געשטעלט אין גרױסע הײכן, און נגידים זיצן אין דער נידער. 7איך האָב געזען קנעכט אױף פֿערד, און האַרן װאָס גײען װי קנעכט אױף דער ערד.

8דער װאָס גראָבט אַ גרוב, װעט אין איר אַרײַנפֿאַלן,
און דער װאָס ברעכט דורך אַ צאַם, אים װעט אײַנבײַסן אַ שלאַנג.
9דער װאָס האַקט אַרױס שטײנער װעט זיך װײ טאָן אָן זײ,
דער װאָס שפּאַלט האָלץ איז אין סכּנה דורך דעם.
10אַז דער אײַזן איז שטומפּ,
און מע האָט דעם שאַרף נישט פֿאַרשלײַפֿט,
מוז מען שטאַרקן די כּוחות;
און די מעלה פֿון חכמה איז צוגרײטן.
11אַז די שלאַנג בײַסט אײַן פֿאַרן אָפּשפּרעכן,
איז אױס מעלה פֿון דעם מאַן מיט דער צונג.
12די װערטער פֿון דעם חכמס מױל זײַנען מיט חן,
און די ליפּן פֿון דעם נאַרן ברענגען אים אום.
13דער אָנהײב פֿון די װערטער פֿון זײַן מױל איז נאַרישקײט,
און דער סוף פֿון זײַן רעדן איז בײזע משוגעת.
14יאָ, דער נאַר מערט װערטער,
אָבער דער מענטש װײס נישט װאָס געשעט;
און װאָס װעט געשען נאָך אים,
װער װעט אים דערצײלן?
15די מי פֿון דעם נאַרן פֿאַרמאַטערט אים,
װאָרעם ער װײס נישט צו מאָל װי צו גײן אין שטאָט.
16װײ דיר לאַנד, װאָס דײַן מלך איז אַ יונג,
און דײַנע האַרן מאַכן סעודות אין דער פֿרי!
17װױל דיר לאַנד, װאָס דײַן מלך איז אַ פֿרײַגעבאָרענער,
און דײַנע האַרן עסן אין דער צײַט,
אין מאַנהאַפֿטיקײט און נישט אין זױפֿערײַ.
18פֿון פֿױלקײט פֿאַלט אײַן דער באַלקן,
און פֿון אָפּגעלאָזטע הענט רינט דאָס הױז.
19אַ סעודה מאַכט מען פֿון פֿרײלעכקײט װעגן,
און װײַן מאַכט לוסטיק דאָס לעבן;
אָבער געלט באַװערט אַלץ.
20אַפֿילו אין דײַן געדאַנקען זאָלסטו נישט שילטן דעם מלך,
און אין דײַנע שלאָפֿקאַמערן זאָלסטו נישט שילטן דעם עושר;
װאָרעם אַ פֿױגל פֿון הימל װעט אַװעקטראָגן דעם קֹול,
און דער װאָס האָט פֿליגלען װעט דערצײלן די זאַך.
Brit Chadasha FootnoteGalatians 2 →

1דאן, נאך פערצן יאר, בין איך ווידער ארויפגעגאנגען קיין ירושלים מיט בר‑נבאן, מיטנעמענדיק מיט מיר אויך טיטוסן. 2איך בין אבער ארויפגעגאנגען לויט אן אנטפלעקונג; און האב פארגעלייגט פאר זיי די גוטע בשורה, וואס איך רוף אויס צווישן די אומות העולם, און בפרט באזונדער פאר די חשובים, כדי איך זאל נישט לויפן אומזיסט, אדער האבן געלאפן. 3דאך אפילו טיטוסן, וועלכער איז געווען מיט מיר, הגם א גריך, האט מען נישט געצוואונגען זיך צו לאזן מל זיין; 4אבער מחמת די פאלשע ברידער, וואס האבן זיך אריינגעגנבעט, וועלכע זענען אריינגעקומען אויסצושפיאנירן אונדזער פרייהייט, וואס מיר האבן אינם משיח יהושע/ישוע, כדי זיי זאלן אונדז פארקנעכטן; 5צו וועמען מיר האבן אפילו אויף קיין איין שעה נישט נאכגעגעבן מיט הכנעה; כדי דער אמת פון דער גוטער בשורה זאל פארבלייבן ביי אייך. 6אבער פון די, וואס האבן אויסגעזענען פאר עפעס צו זיין—עס מאכט מיר גארנישט אויס, וואס זיי זענען אמאל געווען: ה׳ איז נישט קיין נושא פנים פון א מענטשן—מיר האבן די חשובים גארנישט צוגעלייגט; 7נאר להיפך, ווען זיי האבן געזען, אז מיר איז אנפארטרויט געווארן די גוטע בשורה צו די ערלים, פונקט אזוי, ווי פעטרוסן צו די געמלטע— 8ווארום דער, וועלכער האט קרעפטיק געווירקט אין פעטרוסן אין דער שליחות צו די געמלטע, האט אויך קרעפטיק געווירקט אין מיר צווישן די אומות (העולם)— 9און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע; 10רק, אז מיר זאלן געדענקען די ארעמעלייט, וואס איך האב מיך אויך געפלייסט דאס זעלבע צו טאן.

11ווען אבער כיפא איז געקומען קיין אנטיאכיען, האב איך מיך אים אקייגנגעשטעלט פנים אל פנים, ווייל ער איז געווען שולדיק. 12ווארום פריער, איידער עס זענען אנגעקומען אייניקע (לייט) פון יעקבן, האט ער געגעסן מיט די אומות (העולם); ווען אבער זיי זענען געקומען, האט ער זיך דערווייטערט און אפגעשיידט (פון זיי), מורא האבנדיק פאר די געמלטע. 13און צוזאמען מיט אים האבן זיך אויך די איבריקע יידן פארשטעלט, אזוי, אז אפילו בר‑נבא איז פארפירט געווארן פון זייער צביעות. 14נאר ווען איך האב געזען, אז זיי גייען נישט ריכטיק לויט דעם אמת פון דער בשורה טובה, האב איך געזאגט צו כיפאן פאר אלעמען: אויב דו, זייענדיק א ייד, לעבסט גוייש און נישט יידיש, וואס צווינגסטו די אומות (העולם) זיך אויפצופירן ווי יידן? 15מיר זענען בטבע יידן, און נישט קיין חוטאים פון די אומות (העולם), 16און ווייל מיר ווייסן, אז קיין מענטש ווערט נישט גערעכטפערטיקט דורך מעשים פון דער תורה, נאר דורך דער אמונה פונם משיח יהושע/ישוע, האבן מיר אויך געגלויבט אין דעם משיח יהושע/ישוע, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה אינם משיח, און נישט דורך מעשים פון דער תורה; ווייל דורך מעשים פון דער תורה וועט קיין בשר נישט גערעכטפערטיקט ווערן. 17אויב אבער, זוכנדיק גערעכטפערטיקט צו ווערן אינם משיח, מיר אליין ווערן אויך געפונען ווי חוטאים, איז דען משיח א משרת פון זינד? חס ושלום! 18ווארום אויב איך בוי ווידער אויף דאס, וואס איך האב צעשטערט, ווייז איך מיך ארויס פאר א פושע. 19ווארום איך בין געשטארבן צו דער געזעץ דורך דער תורה, כדי איך זאל לעבן פאר ה׳. 20מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן. 21איך בין נישט מבטל דעם חסד פון ה׳; ווארום אויב גערעכטפערטיקונג (איז) דורך דער געזעץ, דאן איז משיח געשטארבן אומזיסט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ecclesiastes 9Ecclesiastes 11 ►