1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
1 פֿיל האָבן זײ מיך געדריקט פֿון מײַן יוגנט –
זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל –
2פֿיל האָבן זײ מיך געדריקט פֿון מײַן יוגנט,
און האָבן מיך נישט בײַגעקומען.
3אױף מײַן רוקן האָבן אַקערער געאַקערט,
זײ האָבן לאַנג געמאַכט זײערע בײטן.
4ה׳ דער גערעכטער
האָט דורכגעהאַקט די שטריק פֿון די רשעים.
5זיך שעמען און אָפּטרעטן אַהינטער
װעלן אַלע שָׂונאים פֿון צִיוֹן.
6זײ װעלן זײַן װי גראָז פֿון דעכער,
װאָס אײדער עס איז אַרױס, איז עס פֿאַרטריקנט;
7װאָס דער שניטער פֿילט נישט דערמיט זײַן האַנט,
און דער גאַרבנבינדער זײַן בוזעם;
8און די פֿאַרבײַגײער זאָגן נישט:
ג-טס ברכה אױף אײַך!
מיר בענטשן אײַך אין נאָמען פֿון ה׳.