1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן.
1 איך פֿרײ זיך אַז מע זאָגט מיר:
לאָמיר גײן אין הױז פֿון ה׳.
[1]
2אונדזערע פֿיס שטײען
אין דײַנע טױערן, ירושָלַיִם.
3ירושָלַיִם װאָס איז אױפֿגעבױט װי אַ שטאָט
װאָס איז זיך באַהעפֿט אין אײנעם;
4װאָס אַהין גײען אַרױף די שבֿטים,
די שבֿטים פֿון ה׳,
פֿאַר אַן צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}
[2] צו יִשׂרָאֵל,
צו דאַנקען דעם נאָמען פֿון ה׳.
5װאָרעם דאָרטן שטײען טראָנען פֿון משפּט,
די טראָנען פֿון דָוִדס הױז.
6בעט פֿאַר דעם שלום פֿון ירושָלַיִם;
זאָלן אין שלװה זײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער.
7זאָל זײַן שלום אין דײַן מױער,
שלװה אין דײַנע פּאַלאַצן.
8פֿון װעגן מײַנע ברידער און מײַנע חבֿרים
לאָמיך זאָגן: שלום אין דיר!
9פֿון װעגן דעם הױז פֿון ה׳ אלוקינו
װינטש איך דיר גוטס.