AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 123
◄ Psalms 122
Psalms 123
תְּהִלִּים 123
Psalms 124 ►
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
1 צו דיר הײב איך אױף מײַנע אױגן,
דו װאָס טראָנסט אין די הימלען.
2זע, װי די אױגן פֿון קנעכט צו דער האַנט פֿון זײער האַר,
װי די אױגן פֿון אַ דינסט צו דער האַנט פֿון איר האַרינטע,
אַזױ זײַנען אונדזערע אױגן צו ה׳ אלוקינו,
ביז ער װעט אונדז לײַטזעליקן.
3לײַטזעליק אונדז, ה׳, לײַטזעליק אונדז,
װאָרעם איבערזאַט זײַנען מיר מיט פֿאַראַכטונג.
4איבערזאַט איז אונדזער זעל
מיט דעם געשפּעט פֿון די רויִקע,
מיט דער פֿאַראַכטונג פֿון די האָפֿערדיקע דריקער.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 122Psalms 124 ►