1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן.
1 װען נישט ה׳ װאָס איז געװען מיט אונדז –
זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל –
2װען נישט ה׳ װאָס איז געװען מיט אונדז,
בעת מענטשן זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף אונדז,
3דענצמאָל װאָלטן זײ אונדז לעבעדיקערהײט אײַנגעשלונגען,
װען זײער צאָרן האָט געגרימט אױף אונדז;
4דענצמאָל װאָלטן אונדז די װאַסערן פֿאַרפֿלײצט,
דער טײַך װאָלט אַריבערגעגאַנגען איבער אונדזער זעל;
5דענצמאָל װאָלטן אַריבער איבער אונדזער זעל
די מוטװיליקע װאַסערן.
6ברוך ה׳,
װאָס ער האָט אונדז נישט געגעבן
פֿאַר רױב צו זײערע צײן.
7אונדזער זעל איז אַנטרונען געװאָרן װי אַ פֿױגל
פֿון די פֿאַנגערס פּאַסטקע;
די פּאַסטקע איז צעבראָכן געװאָרן,
און מיר זײַנען אַנטרונען געװאָרן.
8אונדזער הילף איז אין נאָמען פֿון ה׳,
דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.