AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 130
◄ Psalms 129
Psalms 130
תְּהִלִּים 130
Psalms 131 ►
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
1 פֿון די טיפֿענישן רוף איך דיך, ה׳.
2אֲדֹנָי, הער צו מײַן קֹול;
זאָלן דײַנע אױערן זײַן פֿאַרנעמיק
צו דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.
3אַז דו, ה׳, זאָלסט אַכטן אױף זינד,
װער, אֲדֹנָי, קען באַשטײן?
4װאָרעם בײַ דיר איז פֿאַרגעבונג,
דערום װערסטו געפֿאָרכט.
5איך האָב געהאָפֿט אױף ה׳,
געהאָפֿט האָט מײַן זעל,
און אױף זײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.
6מײַן נפֿש קוקט אױס אױף אֲדֹנָי
מער װי װעכטער אױף פֿרימאָרגן,
װעכטער אױפֿן פֿרימאָרגן.
7אָ ישׂראל האָף אױף ה׳,
װאָרעם בײַ ה׳ איז גענאָד,
און בײַ אים איז גרױס אױסלײזונג.
8און ער װעט אױסלײזן יִשׂרָאֵל
פֿון אַלע זײַנע זינד.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 129Psalms 131 ►