1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן.
1 ה׳, נישט האָפֿערדיק איז מײַן האַרץ,
און נישט דערהױבן זײַנען מײַנע אױגן,
און איך בין נישט אומגעגאַנגען מיט זאַכן
צו גרױס און פֿאַרהױלן פֿון מיר.
2פֿאַר װאָר, איך האָב באַרוט און אײַנגעשטילט מײַן זעל
אַזױ װי אַן אַנטװױנטער בײַ זײַן מוטער;
אַזױ װי אַן אַנטװױנטער איז בײַ מיר מײַן זעל.
3האַר, יִשׂרָאֵל, אױף ה׳
פֿון אַצונד און ביז אײביק.