AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Joshua 9
◄ Joshua 8
Joshua 9
יְהוֹשועַ 9
Joshua 10 ►

1און עס איז געװען, אַז אַלע מלכים װאָס אױף דער זײַט יַרדן, אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אױף דעם גאַנצן ברעג פֿון יַם-הַגָדול, אַקעגן לבֿנוֹן, דער חִתּי, און דער אֶמוֹרי, דער כּנַעֲני, דער פּרִזי, דער חִוִי, און דער יבֿוסי, האָבן דערהערט, 2אַזױ האָבן זײ זיך אײַנגעזאַמלט אין אײנעם, מלחמה צו האַלטן מיט יְהוֹשועַן[1] און מיט יִשׂרָאֵל, מיט אײן מױל.

3און די באַװױנער פֿון גִבֿעוֹן האָבן געהערט װאָס יְהוֹשועַ האָט געטאָן צו יריחוֹ און צו עַי; 4און זײ אױך האָבן געטאָן מיט ליסטיקײט, און זײַנען געגאַנגען און האָבן זיך פֿאַרשטעלט אַז זײ זענען שלוחים; און זײ האָבן גענומען אָפּגעניצטע זעק פֿאַר זײערע אײזלען, און אָפּגעניצטע און צעשפּאָלטענע און צונױפֿגעבונדענע װײַנלאָגלען, 5און אָפּגעטראָגענע און פֿאַרלאַטעטע שיך אױף זײערע פֿיס, און אָפּגעטראָגענע קלײדער אױף זיך; און דאָס גאַנצע ברױט פֿון זײער צערונג איז געװען פֿאַרטריקנט אױף ברעקלעך. 6און זײ זײַנען געגאַנגען צו יְהוֹשועַן אין לאַגער קײן גִלגָל, און האָבן געזאָגט צו אים און צו די מענער פֿון יִשׂרָאֵל: פֿון אַ װײַטן לאַנד זײַנען מיר געקומען, און אַצונד שליסט {כרת}[2] אונדז אַ ברית.

7האָבן די מענער פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט צו דעם חִוִי: אפֿשר זיצסטו צװישן אונדז, און װי קען איך דיר שליסן אַ ברית? 8האָבן זײ געזאָגט צו יְהוֹשועַן: דײַנע קנעכט זײַנען מיר. האָט יְהוֹשועַ צו זײ געזאָגט: װער זײַט איר? און פֿון װאַנען קומט איר? 9האָבן זײ צו אים געזאָגט: פֿון זײער אַ װײַטן לאַנד זײַנען געקומען דײַנע קנעכט, צוליב דעם נאָמען פֿון ה׳ דײַן ג-ט; װאָרעם מיר האָבן געהערט זײַן הערונג, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן אין מִצרַיִם, 10און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן צו די צװײ מלכים פֿון דעם אֶמוֹרי װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, צו סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, און צו עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן װאָס אין עַשתָּרוֹת. 11האָבן צו אונדז געזאָגט אונדזערע עלטסטע, און אַלע באַװױנער פֿון אונדזער לאַנד, אַזױ צו זאָגן: נעמט מיט זיך צערונג אױפֿן װעג, און גײט זײ אַנטקעגן, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: אײַערע קנעכט זײַנען מיר; און אַצונד שליסט {כרת}[3] אונדז אַ ברית.

12דאָס דאָזיקע ברױט אונדזערס – װאַרעמערהײט האָבן מיר זיך פֿאַרשפּײַזט דערמיט פֿון אונדזערע הײַזער, אין דעם טאָג װאָס מיר זײַנען אַרױסצוגײן צו אײַך, און אַצונד אָט איז עס פֿאַרטריקנט, און געװאָרן ברעקלעך. 13און די דאָזיקע װײַנלאָגלען, װאָס מיר האָבן אָנגעפֿילט, זײַנען געװען נײַ, און אָט זײַנען זײ צעשפּאָלטן געװאָרן, און די דאָזיקע קלײדער און שיך אונדזערע זײַנען אָפּגעטראָגן געװאָרן פֿון זײער פֿיל װעג.

14און די מענער האָבן גענומען פֿון זײער צערונג, און ה׳ס מױל האָבן זײ נישט געפֿרעגט. 15און יְהוֹשועַ האָט געמאַכט שלום מיט זײ, און זײ געשלאָסן {כרת}[4] אַ ברית, זײ צו לאָזן לעבן. און די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן זײ געשװאָרן.

16און עס איז געװען צום סוף פֿון דרײַ טעג נאָכדעם װי זײ האָבן זײ געשלאָסן {כרת}[5] אַ ברית, האָבן זײ געהערט אַז זײ זײַנען נאָנט צו זײ, און אַז זײ זיצן צװישן זײ. 17און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געצױגן, און זײַנען געקומען אין זײערע שטעט אױפֿן דריטן טאָג.[6] און זײערע שטעט זײַנען געװען גִבֿעוֹן, און כּפֿירָה, און באֵרוֹת, און קִריַת-יְעָרים.

18אָבער די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זײ נישט געשלאָגן, װײַל די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן זײ געשװאָרן בײַ ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. און די גאַנצע עדה האָט געמורמלט אױף די פֿירשטן.

19האָבן אַלע פֿירשטן געזאָגט צו דער גאַנצער עדה: מיר האָבן זײ געשװאָרן בײַ ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און מיר טאָרן זײ אַצונד נישט אָנרירן. 20דאָס מוזן מיר זײ טאָן, און זײ לאָזן לעבן, כּדי אױף אונדז זאָל נישט זײַן אַ צאָרן {קֶצֶף}[7] פֿון װעגן דער שבֿועה װאָס מיר האָבן זײ געשװאָרן. 21און די פֿירשטן האָבן אָנגעזאָגט װעגן זײ: זאָלן זײ בלײַבן לעבן. און זײ זײַנען געװאָרן האָלצהעקער און װאַסערשעפּער פֿאַר דער גאַנצער עדה, אַזױ װי די פֿירשטן האָבן געהײסן װעגן זײ.

22און יְהוֹשועַ האָט זײ גערופֿן, און האָט צו זײ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר אונדז גענאַרט, אַזױ צו זאָגן: מיר זײַנען זײער װײַט פֿון אײַך, װען איר זיצט צװישן אונדז? 23און אַצונד זאָלט איר זײַן פֿאַרשאָלטן, און עס זאָל נישט אױסגײן פֿון אײַך אַ קנעכט און האָלצהעקער און װאַסערשעפּער פֿאַר דעם הױז פֿון מײַן ג-ט.

24האָבן זײ געענטפֿערט יְהוֹשועַן, און האָבן געזאָגט: װײַל דערצײלט איז דערצײלט געװאָרן דײַנע קנעכט, דאָס װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט באַפֿױלן זײַן קנעכט משהן, אײַך צו געבן דאָס גאַנצע לאַנד, און צו פֿאַרטיליקן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד פֿון פֿאַר אײַך, און מיר האָבן זײער מורא געקריגן פֿאַר אונדזערע נפֿשות פֿון אײַך; דערום האָבן מיר געטאָן די דאָזיקע זאַך. 25און אַצונד אָט זײַנען מיר אין דײַן האַנט; װי עס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין דײַנע אױגן צו טאָן מיט אונדז, טו.

26און ער האָט מיט זײ אַזױ געטאָן, און האָט זײ מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן זײ נישט געהרגעט.

27און יְהוֹשועַ האָט זײ געמאַכט אין יענעם טאָג פֿאַר האָלצהעקער און פֿאַר װאַסערשעפּער, פֿאַר דער עדה, און פֿאַר דעם מזבח פֿון ה׳, ביז אױף הײַנטיקן טאָג, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteLuke 5 →

1און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת; 2האט ער געזען צוויי שיפלעך ליגן ביים ים ברעג, און די פישער זענען אויסגעשטיגן פון זיי און האבן געוואשן די נעצן. 3איז ער איינגעשטיגן אין איינס פון די שיפלעך, וועלכעס האט געהערט שמעונען, און האט אים געבעטן אוועקצופארן אביסל פון דער יבשה; און האט זיך אנידערגעזעצט און געלערנט די המונים מענטשן אויס דעם שיפל ארויס. 4און ווען ער האט אויפגעהערט צו רעדן, האט ער געזאגט צו שמעונען; פאָר אריבער צו דער טיפעניש און לאזט אראפ אייערע נעצן צום פאנג! 5און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן. 6און ווען זיי האבן דאס דאזיקע געטאן, האבן זיי געכאפט א גרויסע מענגע פיש; זייערע נעצן אבער האבן זיך צעריסן. 7און זיי האבן געמאכט צייכנס צו זייערע חברים אין דעם אנדערן שיפל, אז זיי זאלן קומען זיי העלפן; און זיי זענען געקומען און האבן אנגעפילט ביידע שיפלעך ביז צום זינקען. 8און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש! 9ווארום עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און אלע, וואס זענען געווען מיט אים איבער דעם פישפאנג, וואס זיי האבן געפאנגען, 10און אויך אזוי יעקבן און יוחנן, זבדיס זין, וואס זענען געווען שמעונס חברים. און יהושע/ישוע האט געזאגט צו שמעונען: האב נישט קיין מורא; פון איצט אָן וועסטו פאנגען מענטשן. 11און ברענגענדיק די שיפלעך צו דער יבשה, האבן זיי אלץ פארלאזט און אים נאכגעפאלגט. 12און עס איז געשען, בעת ער איז געווען אין איינער פון די שטעט, זע, עס איז געווען א מאן פול צרעת; און ווי ער האט געזען יהושען/ישוען, איז ער אנידערגעפאלן אויפן פנים, האט אים געבעטן און געזאגט: האר, אויב דו זאלסט וועלן, קענסטו מיך מאכן ריין!

13און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און געזאגט: איך וויל, זיי ריין! און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק. 14און ער האט אים באפוילן, עס קיינעמען נישט אויסצוזאגן, נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב פאר דיין רייניקונג, אזוי ווי משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי! (ויקרא יד, א-לב.) 15אבער דער באריכט וועגן אים האט זיך נאכמער פארשפרייט, און גרויסע מאסן מענטשן זענען זיך צוזאמענגעקומען, אים צו הערן און געהיילט צו ווערן פון זייערע שלאפקייטן. 16נאר ער האט זיך צוריקגעצויגן אין די מדבריות אריין און תפילה געטאן.

17און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן. 18און זע, מענער האבן געטראגן אויף א בעט א מענטשן, וועלכער איז געווען פאראליזשירט; און האבן געזוכט אים אריינצוברענגען, און צו לייגן פאר אים. 19און נישט געפינענדיק (קיין מעגלעכקייט) וויאזוי זיי זאלן אים אריינברענגען צוליב דעם המון מענטשן, זענען זיי ארויפגעשטיגן אויפן דאך, און האבן אים אראפגעלאזט דורך די שינדלען מיט דעם בעטל אין דער מיט פאר יהושען/ישוען. 20און ווען יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט: מענטש, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! 21און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין? 22יהושע/ישוע האט אבער איינגעזען זייערע מחשבות, און האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: פארוואס טראכט איר נאך אין אייערע הערצער? 23וואס איז לייכטער, צו זאגן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן, אדער צו זאגן: שטיי אויף און גיי? 24נאר כדי איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות אויף דער ערד מוחל צו זיין זינד—האט ער געזאגט צום פאראליטיקער—דיר זאג איך, שטיי אויף און נעם דיין בעטל און גיי אהיים! 25און אין אן אויגנבליק איז ער אויפגעשטאנען פאר זיי, האט גענומען דאס (בעטל) אויף וועלכן ער איז געלעגן, און איז אוועק אהיים לויבנדיק ה׳. 26און א דערשטוינונג האט אלעמען אנגעכאפט, און זיי האבן געלויבט ה׳; און זענען אנגעפילט געווארן מיט מורא און האבן געזאגט: אומגלויבלעכע זאכן האבן מיר היינט געזען!

27און נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען און האט געזען א שטייער אויפמאנער, מיט דעם נאמען לוי, זיצן ביים שטייער אמט, און האט צו אים געזאגט: פאלג מיר נאך! 28און ער האט אלץ פארלאזט, איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט. 29און לוי האט פאר אים געמאכט א גרויס מאלצייט אין זיין הויז, און עס איז געווען א גרויסער עולם שטייער אויפמאנער און אנדערע, וואס זענען געזעסן מיט זיי (ביים טיש). 30און די פרושים און זייערע סופרים האבן געמורמלט צו די תלמידים זיינע, אזוי צו זאגן: פארוואס עסט איר און טרינקט מיט שטייער אויפמאנער און זינדער? 31און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: נישט די געזונטע נויטיקן זיך אין א רופא, נאר די קראנקע; 32איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים צו תשובה! 33זיי אבער האבן געזאגט צו אים: יוחננס תלמידים פאסטן אפט און טאן תפילה, אזוי טאן אויך די תלמידים פון די פרושים; דיינע אבער עסן און טרינקען. 34האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי קענט איר דען מאכן פאסטן די חתונה לייט בשעת דער חתן איז מיט זיי? 35עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט אוועקגענומען ווערן פון זיי; דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענע טעג. 36און האט אויך געזאגט א משל צו זיי: קיינער שניידט נישט אפ קיין לאטע פון א נייעם בגד און לייגט זי אויף אן אלטן בגד; ווייל אויב יא, איז סאי ער שניידט אפ דאס נייע, סאי די לאטע פונם נייעם פאסט נישט דעם אלטן. 37עס גיסט אויך קיינער נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען; ווייל אויב יא, צערייסט דער נייער וויין די לאגלען, און ווערט אליין אויסגעגאסן און די לאגלען גייען פארלוירן; 38נאר נייעם וויין מוז מען אריינגיסן אין נייע לאגלען. 39און קיינער, וואס האט געטרונקען אלטן, וויל נייעם; ווארום ער זאגט: דער אלטער איז גוט!

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Joshua 8Joshua 10 ►