1און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשלאָגן, און געאַרבט זײער לאַנד אױף יענער זײַט יַרדן, צו זונאױפֿגאַנג, פֿון טאָל אַרנוֹן ביז באַרג חֶרמוֹן, און דעם גאַנצן פּלױן צו מזרח: 2סיחון דער מלך פֿון אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן, װאָס האָט געװעלטיקט פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן און אין מיטן טאָל, און איבער האַלב גִלעָד, און ביז דעם טײַך יַבוֹק, דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, 3און איבער דעם פּלױן ביזן ים כִּנרוֹת, צו מזרח, און ביז דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, צו מזרח, אױפֿן װעג צו בֵית-ישימוֹת; און אין דָרום, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה. 4און דער געמאַרק פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים, װאָס איז געזעסן אין עַשתָּרוֹת, און אין אֶדרֶעִי, 5און האָט געװעלטיקט איבער באַרג חֶרמוֹן, און איבער סַלכָה, און איבער גאַנץ בָשָן, ביז דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און איבער האַלב גִלעָד – דעם געמאַרק פֿון סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן. 6משה דער קנעכט פֿון ה׳,[1] און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זײ געשלאָגן, און משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט עס געגעבן פֿאַר אַן אַרב צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צום האַלבן שבֿט מנַשֶה.
7און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס יְהוֹשועַ[2] און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשלאָגן אױף דער זײַט יַרדן צו מערבֿ, פֿון בַעַל-גָד אין טאָל פֿון לבֿנוֹן, און ביז דעם גלאַטן באַרג װאָס גײט אַרױף צו שֵׂעִיר; און יְהוֹשועַ האָט עס געגעבן די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַן אַרב לױט זײערע אײַנטײלונגען; 8אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אין דעם פּלױן, און אױף די אַראָפּגאַנגען, און אין מדבר, און אין דעם דָרום; דער חִתּי, דער אֶמוֹרי, און דער כּנַעֲני, דער פּרִזי, דער חִוִי, און דער יבֿוסי.