AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Samuel 30
◄ 1 Samuel 29
1 Samuel 30
שְמוּאֵל א 30
1 Samuel 31 ►

1און עס איז געװען, אַז דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען געקומען אױפֿן דריטן טאָג[1] קײן ציקלַג, ערשט די עַמָלֵקים זײַנען אָנגעפֿאַלן אױפֿן דָרום, און אױף ציקלַג, און זײ האָבן געשלאָגן ציקלַג, און האָבן זי פֿאַרברענט אין פֿײַער. 2און זײ האָבן געפֿאַנגען די װײַבער [און אַלע] װאָס אין איר, פֿון קלײן ביז גרױס; זײ האָבן קײנעם נישט געטײט, נאָר זײ האָבן זײ אַװעקגעפֿירט, און זײַנען געגאַנגען אױף זײער װעג. 3און װי דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען געקומען אין שטאָט, ערשט זי איז פֿאַרברענט אין פֿײַער, און זײערע װײַבער און זײערע זין און זײערע טעכטער זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן.

4האָט דָוִד און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים אױפֿגעהױבן זײער קֹול און געװײנט, ביז זײ האָבן מער קײן כּוֹח נישט געהאַט צו װײנען.

5אױך בײדע װײַבער פֿון דָוִדן זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן, אַחינוֹעַם פֿון יִזרְעֶאל, און אַבֿיגַיִל די װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמֶל.

6און דָוִדן האָט זײער צוגעדריקט, װאָרעם דאָס פֿאָלק האָט גערעדט אים צו פֿאַרשטײנען, װײַל דאָס געמיט פֿון גאַנצן פֿאָלק איז געװען פֿאַרביטערט, איטלעכער איבער זײַנע זין און איבער זײַנע טעכטער. אָבער דָוִד האָט זיך געשטאַרקט מיט ה׳ זײַן ג-ט. 7און דָוִד האָט געזאָגט צו אֶבֿיָתָר דעם כּהן, אַחימֶלֶכס זון: גענען מיר, איך בעט דיך, דעם אֵפֿוֹד. האָט אֶבֿיָתָר גענענט דעם אֵפֿוֹד צו דָוִדן. 8און דָוִד האָט געפֿרעגט בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך נאָכיאָגן די דאָזיקע מחנה? װעל איך זי אָניאָגן? האָט ער צו אים געזאָגט: יאָג נאָך, װאָרעם אָניאָגן װעסטו אָניאָגן, און מציל זײַן װעסטו מציל זײַן.

9איז דָוִד געגאַנגען, ער און די זעקס הונדערט מאַן װאָס מיט אים, און זײ זײַנען געקומען צום טײַך בשׂוֹר; און די צוריקגעבליבענע האָבן זיך אָפּגעשטעלט. 10און דָוִד האָט נאָכגעיאָגט, ער און פֿיר הונדערט מאַן; און צװײ הונדערט מאַן האָבן זיך אָפּגעשטעלט, די װאָס זײַנען געװען צו אָפּגעשלאַפֿט אַריבערצוגײן דעם טײַך בשׂוֹר.

11און זײ האָבן געפֿונען אין פֿעלד אַ מאַן אַ מִצרי, און האָבן אים געבראַכט צו דָוִדן; און זײ האָבן אים געגעבן ברױט, און ער האָט געגעסן, און זײ האָבן אים געגעבן טרינקען װאַסער; 12און זײ האָבן אים געגעבן אַ שטיק געפּרעסטע פֿײַגן, און צװײ בינטלעך ראָזינקעס; און ער האָט געגעסן, און האָט אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם, װאָרעם ער האָט נישט געהאַט געגעסן ברױט און נישט געטרונקען קײן װאַסער דרײַ טעג און דרײַ נעכט.

13האָט דָוִד צו אים געזאָגט: צו װעמען געהערסטו און פֿון װאַנען ביסטו? האָט ער געזאָגט: איך בין אַ מִצרישער יונג, אַ קנעכט פֿון אַ מאַן פֿון עַמָלֵק, און מײַן האַר האָט מיך איבערגעלאָזן, װײַל איך בין קראַנק געװאָרן מיט דרײַ טעג צוריק. 14מיר זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף דעם דָרום פֿון דעם כּרֵתי, און אױף װאָס געהערט צו יהוּדה, און אױף דעם דָרום פֿון כָּלֵבֿ; און ציקלַג האָבן מיר פֿאַרברענט אין פֿײַער. 15האָט דָוִד צו אים געזאָגט: װעסטו מיך אַראָפּפֿירן צו דער דאָזיקער מחנה? האָט ער געזאָגט: שװער מיר בײַ אלֹקים, אױב דו װעסט מיך טײטן, און אױב דו װעסט מיך איבערענטפֿערן אין דער האַנט פֿון מײַן האַר, און איך װעל דיך אַראָפּפֿירן צו דער דאָזיקער מחנה.

16האָט ער אים אַראָפּגעפֿירט, ערשט זײ זײַנען פֿאַרשפּרײט אױפֿן געזיכט פֿון גאַנצן לאַנד, און זײ עסן און טרינקען און הוליען איבער אַל דעם גרױסן רױב װאָס זײ האָבן גענומען פֿון לאַנד פֿון די פּלִשתּים, און פֿון לאַנד יהוּדה.

17האָט דָוִד זײ געשלאָגן פֿון פֿאַרנאַכט און ביז אױף מאָרגן אין אָװנט, און פֿון זײ איז נישט אַנטרונען געװאָרן אַ מאַן, אַחוץ פֿיר הונדערט יונגע מענער װאָס זײַנען געריטן אױף קעמלען, און זײַנען אַנטלאָפֿן. 18און דָוִד האָט מציל געװען אַלץ װאָס עַמָלֵק האָט צוגענומען; אױך זײַנע צװײ װײַבער האָט דָוִד מציל געװען. 19און בײַ זײ איז גאָרנישט געמינערט געװאָרן פֿון מינדסטן און ביזן גרעסטן, סײַ זין און טעכטער, סײַ פֿון רױב, סײַ אַלץ װאָס יענע האָבן צוגענומען פֿאַר זיך; אַלץ האָט דָוִד צוריקגעבראַכט. 20אױך האָט דָוִד צוגענומען אַלע [זײערע] שאָף און רינדער. האָט מען זײ געפֿירט פֿאַרױס פֿאַר יענעם פֿיך, און מע האָט געזאָגט: דאָס איז דָוִדס רױב.

21און דָוִד איז געקומען צו די צװײ הונדערט מאַן װאָס זײַנען געװען צו אָפּגעשלאַפֿט צו גײן הינטער דָוִדן, און מע האָט זײ געלאָזט זיצן בײַם טײַך בשׂוֹר. און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן דָוִדן און אַנטקעגן דעם פֿאָלק װאָס מיט אים. און דָוִד האָט גענענט צו דעם פֿאָלק, און האָט זײ געפֿרעגט אױף פֿריד.

22האָבן זיך אָפּגערופֿן אַלע שלעכטע און נידערטרעכטיקע לײַט פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט דָוִדן, און זײ האָבן געזאָגט: װײַל זײ זײַנען נישט געגאַנגען מיט אונדז, װעלן מיר זײ נישט געבן פֿון דעם רױב װאָס מיר האָבן מציל געװען, נאָר בלױז איטלעכן זײַן װײַב און זײַנע קינדער, װאָס זײ מעגן אַװעקפֿירן און גײן.

23האָט דָוִד געזאָגט: איר זאָלט אַזױ נישט טאָן, מײַנע ברידער, מיט דעם װאָס ה׳ האָט אונדז געגעבן, אַז ער האָט אונדז אָפּגעהיט, און האָט געגעבן די מחנה װאָס איז אױף אונדז געקומען, אין אונדזער האַנט. 24און װער װעט זיך צוהערן צו אײַך אין דער דאָזיקער זאַך? װאָרעם אַזױ װי דער חלק פֿון דעם װאָס נידערט אין מלחמה אַזױ איז דער חלק פֿון דעם װאָס בלײַבט בײַ די זאַכן; גלײַך זאָלן זײ זיך טײלן.

25און אַזױ איז געװען פֿון יענעם טאָג אָן און װײַטער; און מע האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ חוק און פֿאַר אַ געזעץ פֿאַר יִשׂרָאֵל ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

26און דָוִד איז געקומען קײן ציקלַג, און האָט געשיקט פֿון דעם רױב צו די עלטסטע פֿון יהוּדה, צו זײַנע גוטע פֿרײַנד, אַזױ צו זאָגן: נאַט אײַך אַ מתּנה פֿון דעם רױב פֿון ה׳ס פֿײַנט; 27צו די װאָס אין בֵית-אֵל, און צו די װאָס אין רָמוֹת פֿון דָרום, און צו די װאָס אין יַתּיר; 28און צו די װאָס אין עַרוֹעֵר, און צו די װאָס אין שִׂפֿמות, און צו די װאָס אין אֶשתּמוֹעַ; 29און צו די װאָס אין רָכָל, און צו די װאָס אין די שטעט פֿון דעם ירַחמאֵלי, און צו די װאָס אין די שטעט פֿון דעם קֵיני; 30און צו די װאָס אין חָרמָה, און צו די װאָס אין בוֹר-עָשָן, און צו די װאָס אין עַתָך; 31און צו די װאָס אין חֶבֿרוֹן, און צו אַלע ערטער װאָס דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען דאָרטן אַרומגעגאַנגען.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Samuel 291 Samuel 31 ►