AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Numbers 31
◄ Numbers 30
Numbers 31
במִדְבר 31
Numbers 32 ►

1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2זײַ זיך נוֹקם די נקמה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אָן די מִדיָנים; דערנאָך װעסטו אײַנגעזאַמלט װערן צו דײַן פֿאָלק.

3האָט משה גערעדט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: באַװאָפֿנט פֿון אײַך מענער צום חיל, און זאָלן זײ גײן אױף מִדיָן אױסצופֿירן די נקמה פֿון ה׳ אױף מִדיָן. 4צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, זאָלט איר שיקן אין חיל.

5זײַנען צוגעשטעלט געװאָרן פֿון די טױזנטן פֿון יִשׂרָאֵל צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, צװעלף טױזנט באַװאָפֿנטע חיל. 6און משה האָט זײ געשיקט אין חיל צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, זײ מיט פּינְחס דעם זון פֿון אֶלעָזָר דעם כּהן, אין חיל, מיט די הײליקע כּלים און די שאַלטרומײטן אין זײַן האַנט. 7און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף מִדיָן, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, און זײ האָבן אױסגעהרגעט יעטװעדער מאַנספּאַרשױן. 8אױך די מלכים פֿון מִדיָן האָבן זײ געהרגעט צװישן זײערע דערשלאָגענע: אַוִי, און רֶקֶם, און צוּר, און חוּר, און רֶבֿע, די פֿינף מלכים פֿון מִדיָן; אױך בִלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד. 9און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געפֿאַנגען די װײַבער פֿון מִדיָן, און זײערע קלײנע קינדער; און אַלע זײערע בהמות, און אַלע זײערע פֿיך, און זײער גאַנצן פֿאַרמעג, האָבן זײ אַװעקגערױבט. 10און אַלע זײערע שטעט אין זײערע װױנערטער, און אַלע זײערע לאַגערדערפֿער, האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער. 11און זײ האָבן גענומען דעם גאַנצן זאַקרױב, און דעם גאַנצן טרײַברױב, פֿון מענטשן און פֿון בהמות, 12און האָבן געבראַכט די געפֿאַנגענע און דעם טרײַברױב און דעם זאַקרױב צו משהן און צו אֶלעָזָר דעם כּהן, און צו דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אין לאַגער, אױף די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ װאָס בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ.

13זײַנען משה, און אֶלעָזָר דער כּהן, און אַלע פֿירשטן פֿון דער עדה, אַרױסגעגאַנגען זײ אַנטקעגן אױסן לאַגער. 14און משה האָט געצערנט אױף די אױפֿגעזעצטע איבערן חיל, די עלטסטע פֿון טױזנט, און די עלטסטע פֿון הונדערט, װאָס זײַנען געקומען פֿון מלחמה-דינסט. 15און משה האָט צו זײ געזאָגט: האָט איר געלאָזט לעבן אַלע װײַבספּאַרשױנען? 16דאָס האָבן זײ דאָך, אױף דעם אָנרעד פֿון בִלעָמען, געבראַכט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל צו באַגײן אַ פֿעלשונג אָן ה׳, אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר, און די מגפֿה איז געװען אױף דער עדה פֿון ה׳. 17און אַצונד הרגעט יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די קלײנע קינדער, און הרגעט יעטװעדער װײַבספּאַרשױן װאָס װײס פֿון אַ מאַן דורך ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן.

18און אַלע קינדער צװישן די װײַבספּאַרשױנען װאָס װײסן נישט פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן, זאָלט איר לאָזן לעבן פֿאַר אײַך. 19און איר, לאַגערט אױסן לאַגער זיבן טעג; איטלעכער װאָס האָט געהרגעט אַ נפֿש, און איטלעכער װאָס האָט זיך אָנגערירט אָן אַ דערשלאָגענעם, רײניקט אײַך אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, איר און אײַערע געפֿאַנגענע. 20און יעטװעדער בגד, און יעטװעדער זאַך פֿון פֿעל, און אַלץ װאָס איז געמאַכט פֿון ציגנהאָר, און יעטװעדער הילצערנע כּלי, זאָלט איר אײַך רײניקן.

21און אֶלעָזָר דער כּהן האָט געזאָגט צו די חילס-לײַט װאָס זײַנען געגאַנגען אין מלחמה: דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּורה װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן: 22אָבער דאָס גאָלד, און דאָס זילבער, דאָס קופּער, דאָס אײַזן, דאָס צין, און דאָס בלײַ, 23אַלץ װאָס קען קומען אין פֿײַער, זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך פֿײַער, און עס װעט װערן רײן; נאָר עס מוז גערײניקט װערן מיט שפּרענגװאַסער. און אַלץ װאָס קען נישט קומען אין פֿײַער, זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך װאַסער. 24און איר זאָלט װאַשן אײַערע קלײדער אױפֿן זיבעטן טאָג, און איר װעט װערן רײן, און דערנאָך מעגט איר אַרײַנקומען אין לאַגער.

25און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 26נעם אױף די צאָל פֿון דעם געפֿאַנגענעם טרײַברױב, פֿון מענטשן און פֿון בהמות, דו און אֶלעָזָר דער כּהן, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון דער עדה. 27און זאָלסט צעטײלן דעם טרײַברױב אין העלפֿט, צװישן די מלחמה-האַלטערס װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל, און צװישן דער גאַנצער עדה. 28און זאָלסט אָפּשײדן אַן אָפּגאָב צו ה׳ פֿון די מלחמה-לײַט װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל; אײן שטיק פֿון פֿינף הונדערט, פֿון די מענטשן, און פֿון די רינדער, און פֿון די אײזלען, און פֿון די שאָף. 29פֿון זײער העלפֿט זאָלט איר עס נעמען; און זאָלסט עס געבן צו אֶלעָזָר דעם כּהן, אַן אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} צו ה׳. 30און פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלסטו נעמען אײנס אַרױסגענומען פֿון פֿופֿציק, פֿון די מענטשן, פֿון די רינדער, פֿון די אײזלען, און פֿון די שאָף – פֿון אַלע בהמות; און זאָלסט זײ געבן צו די לוִיִים, װאָס היטן די היטונג פֿון דעם מישכּן פֿון ה׳.

31און משה און אֶלעָזָר דער כּהן האָבן געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן. 32און דער טרײַברױב װאָס איז געבליבן נאָך דעם רױב װאָס דאָס חיל-פֿאָלק האָט גערױבט, איז געװען: שאָף, זעקס הונדערט טױזנט און זיבעציק טױזנט און פֿינף טױזנט; 33און רינדער, צװײ און זיבעציק טױזנט; 34און אײזלען, אײן און זעכציק טױזנט; 35און נפֿשות פֿון מענטשן, פֿון װײַבספּאַרשױנען װאָס האָבן נישט געװוּסט פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן – אַלע נפֿשות, צװײ און דרײַסיק טױזנט. 36און אַ העלפֿט, דער חלק פֿון די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל – די צאָל פֿון די שאָף, איז געװען דרײַ הונדערט טױזנט און דרײַסיק טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט. 37און די אָפּגאָב צו ה׳ פֿון די שאָף איז געװען זעקס הונדערט און פֿינף און זיבעציק. 38און די רינדער, זעקס און דרײַסיק טױזנט, און די אָפּגאָב פֿון זײ צו ה׳, צװײ און זיבעציק. 39און אײזלען, דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט; און די אָפּגאָב פֿון זײ צו ה׳, אײן און זעכציק. 40און נפֿשות פֿון מענטשן, זעכצן טױזנט; און די אָפּגאָב פֿון זײ צו ה׳, צװײ און דרײַסיק נפֿשות. 41און משה האָט איבערגעגעבן די אָפּגאָב פֿון ג-טס אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} צו אֶלעָזָר דעם כּהן, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 42און פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס משה האָט אַראָפּגענומען בײַ די מענער װאָס זײַנען געװען אין חיל – 43און די העלפֿט פֿון דער עדה איז געװען: פֿון די שאָף, דרײַ הונדערט טױזנט און דרײַסיק טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט; 44און רינדער, זעקס און דרײַסיק טױזנט; 45און אײזלען, דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט;

46און נפֿשות פֿון מענטשן, זעכצן טױזנט – 47פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט משה גענומען אײנס אַרױסגענומען פֿון פֿופֿציק, פֿון די מענטשן, און פֿון די בהמות, און ער האָט זײ געגעבן צו די לוִיִים, װאָס היטן די היטונג פֿון דעם מישכּן פֿון ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.

48און די אױפֿגעזעצטע װאָס איבער די טױזנטן פֿון חיל, די עלטסטע פֿון טױזנט, און די עלטסטע פֿון הונדערט, האָבן גענענט צו משהן; 49און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: דײַנע קנעכט האָבן אױפֿגענומען די צאָל פֿון די מלחמה-לײַט װאָס אונטער אונדזער האַנט, און קײנער פֿון אונדז איז נישט געמינערט געװאָרן. 50האָבן מיר געבראַכט אַ קָרבָּן צו ה׳, איטלעכער װאָס ער האָט געפֿונען, גילדערנע זאַכן, אָרעמבענדער, און האַנטקײטלעך, פֿינגערלעך, אױרינגען, און האַלדזבענדער, מכַפּר צו זײַן אױף אונדזער זעל פֿאַר ה׳.

51האָבן משה און אֶלעָזָר דער כּהן צוגענומען פֿון זײ דאָס גאָלד, אַלערלײ אױסגעאַרבעטע זאַכן. 52און דאָס גאַנצע גאָלד פֿון דער אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} װאָס זײ האָבן אָפּגעשײדט צו ה׳, איז געװען זעכצן טױזנט זיבן הונדערט און פֿופֿציק שֶקל, פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט, און פֿון די עלטסטע פֿון הונדערט. – 53די חילס-לײַט האָבן גערױבט איטלעכער פֿאַר זיך. – 54און משה און אֶלעָזָר דער כּהן האָבן צוגענומען דאָס גאָלד פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט און פֿון הונדערט, און האָבן עס געבראַכט אין אוֹהל-מוֹעד, אַ דערמאָנונג אָן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר ה׳.

Brit Chadasha FootnoteRevelation 2 →

1צו דעם מלאך פון דער קהלה אין עפעזוס שרייב:

דאס זאגט דער, וועלכער האלט די זיבן שטערן אין זיין רעכטער האנט, וועלכער גייט ארום אינמיטן פון די זיבן גאלדענע מנורות: 2איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער; 3און דו האסט געדולד און האסט סובל געווען צוליב מיין נאמען און ביסט נישט געווארן מיד. 4נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו האסט פארלאזן דיין ערשטע ליבע. 5געדענק זשע פונוואנען דו ביסט אפגעפאלן, און טו תשובה, און טו דיינע ערשטע מעשים; און אויב נישט, וועל איך קומען און אוועקשטויסן דיין מנורה פון איר ארט, אויב דו וועסט נישט תשובה טאן. 6נאר דאס דאזיקע האסטו, אז דו האסט פיינט די מעשים פון די ניקאלאאיטן, וועלכע אויך איך האב פיינט. 7ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, אים וועל איך געבן צו עסן פון דעם עץ החיים, וואס איז אינם גן עדן פון ה׳. (בראשית ב, ט; ג, כד.)

8און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין סמירנא שרייב:

דאס זאגט דער ערשטער און דער לעצטער, וועלכער איז געווען טויט און איז לעבעדיק געווארן: 9איך קען דיין צרה און אביונות—דאך ביסטו רייך—און די לעסטערונג פון יענע, וועלכע זאגן, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זענען א בית הכנסת (פארפירט דורך) שׂטן. 10האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן. 11ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט.

12און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פערגאמוס שרייב:

דאס זאגט דער, וועלכער האט די מעסער-ווי צוויי-שארפיקע שווערד: 13איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט. 14נאר איך האב אייניקע זאכן קעגן דיר: אז דו האסט דארטן די, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון בלעם, וועלכער האט געלערנט בלקן צו ווארפן א מיכשול פאר די בני ישראל, צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער און מזנה צו זיין. 15פונקט אזוי האסטו אויך אזעלכע, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון די ניקאלאאיטן אויף אן ענלעכן אופן. 16דעריבער טו תשובה; און אויב נישט, וועל איך קומען צו דיר אינגיכן, און וועל מלחמה האלטן מיט זיי מיט דער שווערד פון מיין מויל. 17ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, וועל איך געבן צו עסן דעם פארבארגענעם מן, און וועל אים געבן א ווייסן שטיין, און אויף דעם שטיין א נייעם נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער ווייסט נישט, אחוץ דער, וועלכער באקומט (אים).

18און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין טיאטירא שרייב:

דאס זאגט דער זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט אויגן, ווי א פלאם פייער, און זיינע פיס זענען גלייך צו פיין קופער: 19איך קען דיינע מעשים, און דיין ליבע און אמונה און עבודה און סבלנות, און אז דיינע לעצטע מעשים זענען מער ווי די ערשטע. 20נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו טאלערירסט די אשה איזבל, וועלכע רופט זיך נביאה; און לערנט און פארפירט מיינע קנעכט מזנה צו זיין און צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער. 21און איך האב איר געגעבן צייט, כדי זי זאל תשובה טאן; און זי וויל נישט טאן תשובה פון איר זנות. 22זע, איך ווארף זי אויף א קראנק בעט, און די, וואס זענען מיט איר מזנה, אין א גרויסער צרה אריין, ווען זיי וועלן נישט תשובה טאן פון אירע מעשים. 23און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים. 24צו אייך אבער זאג איך, צו די איבריקע אין טיאטירא, צו אזעלכע, וואס האבן נישט די דאזיקע (פאלשע) לערנונג, וועלכע קענען נישט די טיפענישן פון דעם שׂטן, ווי מען זאגט; איך וועל נישט ווארפן אויף אייך קיין אנדערע לאסט. 25דאך וואס איר האט, דאס האלט פעסט ביז איך וועל קומען. 26און דער, וואס איז מנצח און דער, וואס היט אפ מיינע מעשים, אים וועל איך געבן מאכט איבער די אומות (העולם); 27און ער וועט הערשן איבער זיי מיט א רוט פון אייזן, ווי די כלים פון א טעפער ווערן צעבראכן (תהלים ב, ט.); ווי אויך איך האב באקומען פון מיין פאטער; 28און וועל אים געבן דעם מארגנשטערן. 29ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Numbers 30Numbers 32 ►