1דענצמאָל האָט יְהוֹשועַ[1] גערופֿן די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה. 2און ער האָט צו זײ געזאָגט: איר האָט געהיט אַלץ װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳[2] האָט אײַך באַפֿױלן, און איר האָט צוגעהערט צו מײַן קֹול, אין אַלץ װאָס איך האָב אײַך באַפֿױלן. 3איר האָט נישט פֿאַרלאָזט אײַערע ברידער די דאָזיקע פֿיל טעג ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און איר האָט געהיט די היטונג פֿון דעם געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם. 4און אַצונד האָט ה׳ אלוקיכם באַרוט אײַערע ברידער, אַזױ װי ער האָט זײ צוגעזאָגט; דערום קערט אײַך אום אַצונד, און גײט אײַך צו אײַערע געצעלטן, צום לאַנד פֿון אײַער אײגנטום װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט אײַך געגעבן אױף יענער זײַט יַרדן. 5אָבער היט זײער צו טאָן דאָס געבאָט, און די תּורה, װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט אײַך געבאָטן, ליב צו האָבן ה׳ אלוקיכם, און צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט, און זיך צו באַהעפֿטן {דְּבָקוּת} אָן אים, און אים צו דינען מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל.
6און יְהוֹשועַ האָט זײ געבענטשט, און האָט זײ אַװעקגעשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו זײערע געצעלטן.
7און צו אַ האַלבן שבֿט מנַשֶה האָט משה געגעבן אין בָשָן; נאָר צום אַנדער האַלבן האָט יְהוֹשועַ געגעבן מיט זײערע ברידער אױף דער זײַט יַרדן צו מערבֿ. און אַז יְהוֹשועַ האָט זײ אַװעקגעשיקט צו זײערע געצעלטן, האָט ער זײ אױך געבענטשט, 8און ער האָט צו זײ געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: מיט פֿיל גוטס קערט אײַך אום צו אײַערע געצעלטן, און מיט זײער פֿיל פֿיך, מיט זילבער, און מיט גאָלד, און מיט קופּער, און מיט אײַזן, און מיט קלײדער זײער פֿיל; צעטײלט דעם רױב פֿון אײַערע פֿײַנט מיט אײַערע ברידער.
9האָבן די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנַשֶה, זיך אומגעקערט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון שילוֹ װאָס אין לאַנד כּנַעַן, צו גײן קײן לאַנד גִלעָד, צום לאַנד פֿון זײער אײגנטום, װאָס זײ האָבן זיך דערין באַזעצט לױט דעם מױל פֿון ה׳ דורך משהן. 10און אַז זײ זײַנען געקומען צו די געגנטן פֿון יַרדן װאָס אין לאַנד כּנַעַן, האָבן די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנַשֶה, דאָרטן געבױט אַ מזבח בײַם יַרדן, אַ גרױסן מזבח אױף אָנצוקוקן.
11האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געהערט, אַזױ צו זאָגן: זעט, די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנַשֶה, האָבן געבױט אַ מזבח אַנטקעגן לאַנד כּנַעַן, אין די געגנטן פֿון יַרדן, צו דער זײַט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 12און װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן דערהערט, אַזױ האָט די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיך אײַנגעזאַמלט קײן שילוֹ אַרױפֿצוגײן אַקעגן זײ אױף מלחמה. 13און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשיקט צו די קינדער פֿון ראובֿן, און צו די קינדער פֿון גָד, און צום האַלבן שבֿט מנַשֶה, קײן לאַנד גִלעָד, פּינְחס דעם זון פֿון אֶלעָזָר דעם כּהן, 14און מיט אים צען פֿירשטן, צו אײן פֿירשט, צו אײן פֿירשט פֿון אַ פֿאָטערהױז פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל; און זײ זײַנען איטלעכער געװען דער הױפּט פֿון זײער פֿאָטערהױז בײַ די טױזנטן פֿון יִשׂרָאֵל. 15און זײ זײַנען געקומען צו די קינדער פֿון ראובֿן, און צו די קינדער פֿון גָד, און צום האַלבן שבֿט מנַשֶה, קײן לאַנד גִלעָד, און זײ האָבן מיט זײ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: 16אַזױ האָט געזאָגט די גאַנצע עדה פֿון ה׳: װאָס איז די דאָזיקע פֿעלשונג װאָס איר האָט געפֿעלשט אָן אלוקי יִשׂרָאֵל, זיך אָפּצוקערן הײַנט פֿון הינטער ה׳, מיט אײַער בױען פֿאַר זיך אַ מזבח, כּדי איר זאָלט הײַנט װידערשפּעניקן אָן ה׳? 17איז אונדז װינציק די זינד פֿון פּעוֹר, װאָס מיר האָבן זיך נאָך פֿון איר נישט גערײניקט ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און װאָס איבער איר איז געװען אַ מגפֿה אױף דער עדה פֿון ה׳, 18אַז איר קערט אײַך הײַנט אָפּ פֿון הינטער ה׳? און עס װעט זײַן: איר װעט װידערשפּעניקן הײַנט אָן ה׳, און מאָרגן װעט ער צערענען אױף דער גאַנצער עדה פֿון יִשׂרָאֵל. 19אױב װידער דאָס לאַנד פֿון אײַער אײגנטום איז אומרײן, קומט אײַך אַריבער אין דעם לאַנד פֿון ה׳ס אײגנטום, װאָס דאָרטן רוט דער מישכּן פֿון ה׳, און באַזעצט אײַך צװישן אונדז, נאָר אָן ה׳ זאָלט איר נישט װידערשפּעניקן, און אונדז זאָלט איר נישט װידערשפּעניקן, מיט אײַער בױען פֿאַר זיך אַ מזבח, אַחוץ דעם מזבח פֿון ה׳ אלוקינו. 20האָט נישט עָכָן דער זון פֿון זֶרַחן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג מיט דעם חרם, און אױף דער גאַנצער עדה פֿון יִשׂרָאֵל איז געװען דער צאָרן {קֶצֶף}[3]? און נישט יענער מאַן אַלײן איז אומגעקומען פֿאַר זײַן זינד.
21האָבן געענטפֿערט די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנַשֶה, און זײ האָבן גערעדט צו די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון יִשׂרָאֵל: 22אֵל אלֹקים, ה׳ אֵל אלֹקים, ער װײס, און יִשׂרָאֵל, ער זאָל עס װיסן, אױב דאָס איז אין װידערשפּעניקײט אָדער אױב אין איבערטרעטונג אָן ה׳ – זאָלסט אונדז נישט העלפֿן הײַנטיקן טאָג! – 23אונדז צו בױען אַ מזבח כּדי זיך אָפּצוקערן פֿון הינטער ה׳, אָדער אױב אױפֿצוברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, אָדער אױב צו מאַכן אױף אים פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, זאָל ה׳ אַלײן אױפֿמאָנען! 24און אױב מיר האָבן עס נישט געטאָן בלױז פֿון זאָרג װעגן אַ זאַך, אַזױ צו זאָגן: מאָרגן װעלן אײַערע קינדער זאָגן צו אונדזערע קינדער, אַזױ צו זאָגן: װאָס קערט איר אײַך אָן מיט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל? 25װאָרעם אַ געמאַרק האָט ה׳ געמאַכט צװישן אונדז און צװישן אײַך, קינדער פֿון ראובֿן, און קינדער פֿון גָד, דעם יַרדן; איר האָט נישט קײן חלק אין ה׳. און אײַערע קינדער װעלן שטערן אונדזערע קינדער – נישט צו פֿאָרכטן ה׳. 26האָבן מיר געזאָגט: לאָמיר זיך אַקאָרשט באַװאָרענען צו בױען דעם מזבח, נישט פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און נישט פֿאַר שלאַכטאָפּפֿער; 27נײַערט ער זאָל זײַן אַן עדות צװישן אונדז און צװישן אײַך, און צװישן אונדזערע דורות נאָך אונדז: צו דינען דעם דינסט {עבד}[4] פֿון ה׳ פֿאַר אים מיט אונדזערע בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און מיט אונדזערע שלאַכטאָפּפֿער, און מיט אונדזערע פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}, און אײַערע קינדער זאָלן מאָרגן נישט זאָגן צו אונדזערע קינדער: איר האָט נישט קײן חלק אין ה׳. 28און מיר האָבן געזאָגט: אױב עס װעט געשען, אַז זײ װעלן דאָס זאָגן צו אונדז אָדער צו אונדזערע דורות שפּעטער אַהין, װעלן מיר זאָגן: זעט דעם בױ פֿון דעם מזבח פֿון ה׳, װאָס אונדזערע עלטערן האָבן געמאַכט, נישט פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און נישט פֿאַר שלאַכטאָפּפֿער; נײַערט אַן עדות איז ער צװישן אונדז און צװישן אײַך. 29חלילה אונדז צו װידערשפּעניקן אָן ה׳, און זיך אָפּצוקערן הײַנט פֿון הינטער ה׳, צו בױען אַ מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, פֿאַר שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און פֿאַר שלאַכטאָפּפֿער, אַחוץ דעם מזבח פֿון ה׳ אלוקינו, װאָס פֿאַר זײַן מישכּן!
30און װי פּינְחס דער כּהן, און די פֿירשטן פֿון דער עדה, די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן פֿון יִשׂרָאֵל װאָס מיט אים, האָבן געהערט די װערטער װאָס די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און די קינדער פֿון מנַשֶה, האָבן גערעדט, איז דאָס װױלגעפֿעלן אין זײערע אױגן. 31און פּינְחס דער זון פֿון אֶלעָזָר דעם כּהן האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון ראובֿן, און צו די קינדער פֿון גָד, און צו די קינדער פֿון מנַשֶה: הײַנט װײסן מיר, אַז צװישן אונדז איז ה׳; װאָרעם איר האָט נישט געפֿעלשט אָן ה׳ די דאָזיקע פֿעלשונג; אַצונד האָט איר מציל געװען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון דער האַנט פֿון ה׳.
32און פּינְחס דער זון פֿון אֶלעָזָר דעם כּהן, און די פֿירשטן, האָבן זיך אומגעקערט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, און פֿון די קינדער פֿון גָד, פֿון לאַנד גִלעָד, קײן לאַנד כּנַעַן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן זײ געבראַכט אַן ענטפֿער. 33און דער ענטפֿער איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געלױבט אלֹקים, און האָבן מער נישט גערעדט װעגן אַרױפֿגײן אַקעגן זײ אױף מלחמה, צו פֿאַרװיסטן דאָס לאַנד װאָס די קינדער פֿון ראובֿן און די קינדער פֿון גָד זיצן דערין.
34און די קינדער פֿון ראובֿן און די קינדער פֿון גָד האָבן גערופֿן דעם מזבח עֵד, װײַל: אַן עדות איז ער צװישן אונדז אַז ה׳ איז האלֹקים.
1און די שליחים און די ברידער, וועלכע זענען געווען אין יהודה, האבן געהערט, אז אויך די אומות (העולם) האבן אנגענומען ה׳ס ווארט. 2און ווען פעטרוס איז ארויפגעקומען קיין ירושלים, האבן די געמלטע זיך געצאנקט מיט אים, זאגנדיק: 3דו ביסט אריינגעגאנגען צו ערלים, און האסט געגעסן מיט זיי. 4פעטרוס אבער האט אנגעהויבן און זיי דערציילט כסדר, אזוי צו זאגן: 5איך בין געווען אין דער שטאט יפו און האב תפילה געטאן, און אין א טראנס האב איך געזען א חזיון, עפעס א געפעס איז אראפגעקומען ווי א גרויס ליילעך, אראפגעלאזט פון הימל ביי די פיר עקן; און עס איז געקומען צו מיר; 6אין וועלכן איך האב זיך איינגעקוקט און באמערקט, און געזען די פירפיסיקע (בהמות) פון דער ערד און די חיות און שרצים און די פייגל פון הימל. 7און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שטיי אויף, פעטרוס, שעכט און עס. 8איך אבער האב געזאגט: בשום אופן נישט, האר, ווייל קיין שום טמא אדער טריפה זאך איז (נאך) קיינמאל נישט אריינגעגאנגען אין מיין מויל. 9און צום צווייטן מאל האט א קול פון הימל מיר געענטפערט: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, זאלסטו נישט מטמא זיין. 10דאס דאזיקע איז געשען דריימאל, און אלץ איז ווידער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין. 11און זע, אין אן אויגנבליק זענען געשטאנען דריי מענטשן ביים הויז, אין וועלכן מיר זענען געווען, וואס זענען געשיקט געווארן פון קיסריה צו מיר. 12און דער גייסט האט געזאגט צו מיר, איך זאל מיטגיין מיט זיי, און זיך גארנישט ווייגערן. און די דאזיקע זעקס ברידער זענען מיטגעגאנגען מיט מיר, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין דעם מאנס הויז; 13און ער האט אונדז דערציילט, ווי ער האט געזען דעם מלאך אין זיין הויז שטיין און זאגן: שיק קיין יפו און ברענג שמעונען, וועמען מען רופט פעטרוס, 14וועלכער וועט רעדן צו דיר ווערטער, דורך וועלכע דו וועסט געהאלפן ווערן און דיין גאנץ הויז. 15און ווען איך האב אנגעהויבן צו רעדן, איז דער רוח הקודש געפאלן אויף זיי, פונקט אזוי ווי אין אנהויב אויף אונדז. 16און איך האב מיך דערמאנט דעם הארס ווארט, ווי ער האט געזאגט: יוחנן האט טאקע געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש. 17דעריבער אויב ה׳ האט זיי געגעבן די זעלביקע מתנה, ווי אויך צו אונדז, די מאמינים אין דעם האר יהושע/ישוע המשיח, ווער בין איך, וואס זאל קענען פארווערן ה׳? 18און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן.
19און די, וועלכע זענען צעשפרייט געווארן צוליב דער רדיפה, וואס איז געשען איבער סטעפאנוסן, זענען אוועק ביז פעניציען און קפריסין און אנטיאכיען, נישט רעדנדיק דאס ווארט צו קיינעם אחוץ בלויז צו יידן. 20עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע. 21און די האנט פון דעם האר איז געווען מיט זיי, און א גרויסע צאל האבן געגלויבט און זיך געקערט צום האר. 22און די זאך וועגן זיי איז געהערט געווארן אין די אויערן פון דער קהילה, וועלכע איז געווען אין ירושלים, און זיי האבן ארויסגעשיקט בר‑נבאן קיין אנטיאכיען; 23וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ; 24ווייל ער איז געווען אן איש טוב און אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש און מיט אמונה; און אן אנגעזעענער המון מענטשן האט זיך אונטערטעניק געמאכט צום האר. 25און ער איז ארויסגעגאנגען קיין טרסוס אויפצוזוכן שאולן; 26און געפינענדיק אים, האט ער אים אוועקגעפירט קיין אנטיאכיען. און עס איז געשען, במשך פון א גאנץ יאר האבן זיי זיך פארזאמלט אין דער קהלה און געלערנט א גרויסן עולם מענטשן; און צוערשט אין אנטיאכיען האט מען די תלמידים גערופן משיחיסטים.
27אין די דאזיקע טעג זענען אראפגעקומען נביאים פון ירושלים קיין אנטיאכיען. 28און איינער פון זיי מיטן נאמען אגאבוס איז אויפגעשטאנען און האט געוויזן דורך דעם רוח הקודש, אז עס וועט זיין א גרויסער הונגער אין דער גאנצער וועלט; וואס איז געקומען אין די טעג פון קלוידיוס. 29און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה. 30דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול.