AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Joshua 2
◄ Joshua 1
Joshua 2
יְהוֹשועַ 2
Joshua 3 ►

1און יְהוֹשועַ[1] דער זון פֿון נון האָט געשיקט פֿון שִטים צװײ מענטשן אױסקוקערס שטילערהײט, אַזױ צו זאָגן: גײט זעט דאָס לאַנד, און יריחוֹ. זײַנען זײ געגאַנגען, און זײַנען געקומען אין הױז פֿון אַ פֿרױ אַ זוֹנה װאָס איר נאָמען איז געװען רָחָבֿ, און האָבן זיך דאָרטן געלײגט. 2איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך פֿון יריחוֹ, אַזױ צו זאָגן: זע, מענטשן זײַנען געקומען אַהער די נאַכט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אױסצופֿאָרשן דאָס לאַנד. 3האָט דער מלך פֿון יריחוֹ געשיקט צו רָחָבֿן, אַזױ צו זאָגן: גיב אַרױס די מענטשן װאָס זײַנען געקומען צו דיר, די װאָס זײַנען געקומען אין דײַן הױז, װאָרעם אױסצופֿאָרשן דאָס גאַנצע לאַנד זײַנען זײ געקומען. – 4און די פֿרױ האָט גענומען די צװײ מענטשן, און האָט זײ באַהאַלטן. – און זי האָט געזאָגט: יאָ, די מענטשן זײַנען געקומען צו מיר, אָבער איך האָב נישט געװוּסט פֿון װאַנען זײ זײַנען; 5און עס איז געװען, װי מע האָט געזאָלט פֿאַרשליסן דעם טױער, אַז עס איז געװאָרן פֿינצטער, אַזױ זײַנען די מענטשן אַרױסגעגאַנגען; איך װײס נישט װוּהין די מענטשן זײַנען געגאַנגען; יאָגט זײ נאָך אױף גיך, װאָרעם איר װעט זײ אָניאָגן.

6אָבער זי האָט זײ געהאַט אַרױפֿגעפֿירט אױפֿן דאַך, און זײ באַהאַלטן אין פֿלאַקסשטעקלעך װאָס זײַנען געװען אױסגעלײגט בײַ איר אױפֿן דאַך. 7און די מענטשן האָבן זײ נאָכגעיאָגט אױפֿן װעג פֿון יַרדן, צו די איבערפֿאָרן; און דעם טױער האָט מען פֿאַרשלאָסן נאָכדעם װי עס זײַנען אַרױסגעגאַנגען די װאָס האָבן זײ נאָכגעיאָגט.

8און אײדער זײ האָבן זיך געלײגט, איז זי אַרױפֿגעגאַנגען צו זײ אױפֿן דאַך, 9און זי האָט געזאָגט צו די מענטשן: איך װײס, אַז ה׳ האָט אײַך געגעבן דאָס לאַנד, און אַז אײַער אימה איז געפֿאַלן אױף אונדז, און אַז אַלע באַװױנער פֿון לאַנד זײַנען צעגאַנגען געװאָרן פֿאַר אײַך. 10װאָרעם מיר האָבן געהערט װי ה׳ האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון ים-סוףֿ פֿון פֿאַר אײַך, בײַ אײַער אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם, און װאָס איר האָט געטאָן צו די צװײ מלכים פֿון דעם אֶמוֹרי װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, צו סיחונען און צו עוֹגן, װאָס איר האָט זײ פֿאַרװיסט. 11און װי מיר האָבן געהערט אַזױ איז צעגאַנגען אונדזער האַרץ, און אין קײנעם איז מער אַן אָטעם נישט געבליבן פֿון װעגן אײַך; װאָרעם ה׳ אלוקיכם ער איז ג-ט אין הימל אױבן, און אױף דער ערד אונטן. 12און אַצונד שװערט מיר, איך בעט אײַך, בײַ ה׳, װײַל איך האָב געטאָן חֶסֶד מיט אײַך, אַז איר אױך װעט טאָן חֶסֶד מיט מײַן פֿאָטערס הױז; און איר זאָלט מיר געבן אַן אמתן צײכן, 13אַז איר װעט לאָזן לעבן מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער, און מײַנע ברידער און מײַנע שװעסטער, און אַלע װאָס געהערן צו זײ, און איר װעט מציל זײַן אונדזערע נפֿשות פֿון טױט.[2]

14האָבן די מענטשן צו איר געזאָגט: אונדזער נפֿש אַנשטאָט[3] אײַך צום טױט, אױב איר װעט נישט אױסזאָגן די דאָזיקע זאַך אונדזערע! און עס װעט זײַן, אַז ה׳ װעט אונדז געבן דאָס לאַנד, װעלן מיר טאָן מיט דיר חֶסֶד און טרײַשאַפֿט.

15האָט זי זײ אַראָפּגעלאָזן מיט אַ שטריק דורכן פֿענצטער; װאָרעם איר הױז איז געװען אין דער װאַנט פֿון דער שטאָטטױער, און זי האָט געװױנט אין דעם מױער. 16און זי האָט צו זײ געזאָגט: גײט צום באַרג צו, כּדי די נאָכיאָגער זאָלן אײַך נישט אָנטרעפֿן; און איר זאָלט אײַך באַהאַלטן דאָרטן דרײַ טעג, ביז די נאָכיאָגער קערן זיך אום; און דערנאָך װעט איר גײן אױף אײַער װעג.

17האָבן די מענטשן צו איר געזאָגט: מיר װעלן זײַן רײן פֿון דײַן דאָזיקער שבֿועה װאָס דו האָסט אונדז באַשװאָרן. 18אָט װי מיר קומען אין לאַנד, זאָלסטו די שנור פֿון דעם דאָזיקן רױטן פֿאָדעם אָנבינדן אין דעם פֿענצטער װאָס דו האָסט אונדז אַראָפּגעלאָזן דורך אים, און דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, און דײַנע ברידער, און דאָס גאַנצע הױז פֿון דײַן פֿאָטער, זאָלסטו אײַנזאַמלען צו דיר אין הױז.

19און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון די טירן פֿון דײַן הױז דערױסן, װעט זײַן בלוט זײַן אױף זײַן קאָפּ, און מיר װעלן זײַן רײן; אָבער איטלעכער װאָס װעט זײַן בײַ דיר אין הױז, װעט זײַן בלוט זײַן אױף אונדזער קאָפּ, אױב אַ האַנט װעט זײַן אױף אים.

20אױב אָבער דו װעסט אױסזאָגן די דאָזיקע זאַך אונדזערע, װעלן מיר זײַן רײן פֿון דײַן שבֿועה װאָס דו האָסט אונדז באַשװאָרן.

21האָט זי געזאָגט: װי אײַערע װערטער, אַזױ זאָל זײַן. און זי האָט זײ אַרױסבאַלײט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען. און זי האָט אָנגעבונדן די רױטע שנור אין פֿענצטער.

22און זײ זײַנען געגאַנגען, און זײַנען געקומען צום באַרג, און זײַנען דאָרטן געזעסן דרײַ טעג, ביז די נאָכיאָגערס האָבן זיך אומגעקערט. און די נאָכיאָגערס האָבן געזוכט אױפֿן גאַנצן װעג, און האָבן נישט געפֿונען.

23און די צװײ מענטשן האָבן זיך אומגעקערט, און האָבן אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, און זײַנען אַריבערגעגאַנגען און געקומען צו יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און האָבן אים דערצײלט אַלץ װאָס זײ האָט געטראָפֿן. 24און זײ האָבן געזאָגט צו יְהוֹשועַן: פֿאַר װאָר, ה׳ האָט געגעבן אין אונדזער האַנט דאָס גאַנצע לאַנד; און אױך זײַנען די באַװױנער פֿון לאַנד צעגאַנגען געװאָרן פֿאַר אונדז.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteJames 2 →

1ברידער מיינע, נישט מיט נושא־פנים־זיין זאלט איר האלטן די אמונה פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דעם האר פון הערלעכקייט. 2ווארום ווען עס קומט אריין אין אייער שול א מאן מיט גאלדענע רינגען, פיינע מלבושים, און עס קומט אויך אריין אן ארעמאן אין פארבלאטיקטע קליידער; 3און איר קוקט זיך אום אויף דעם, וועלכער טראגט די פיינע מלבושים, און זאגט: זעץ דיך דא אנידער אויף דעם בעסטן ארט; און דעם אביון זאגט איר: דו שטיי דארטן, אדער זעץ דיך אנידער אונטן אויף מיין פוסבענקל; 4צי מאכט איר דען נישט קיין אונטערשייד צווישן אייך אליין, און ווערט שופטים מיט בייזע מחשבות? 5הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב! 6איר אבער האט פארשעמט דעם ארעמאן. די רייכע לייט, צי דריקן זיי דען אייך נישט אונטער, און זיי אליין, צי שלעפן זיי אייך דען נישט צום בית דין? 7צי לעסטערן זיי דען נישט אליין דעם גוטן נאמען, וואס איז גערופן געווארן איבער אייך? 8דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין (ויקרא יט, יח.), טוט איר וואויל; 9אויב אבער איר זענט נושא פנים, טוט איר א זינד, און ווערט פארמשפט פון דער תורה, ווי פושעים. 10ווארום ווער עס וועט האלטן די גאנצע תורה, וועט אבער שטרויכלען אין איין זאך, האט ער זיך פארשולדיקט אין אלעם. 11ווארום דער, וועלכער האט געזאגט: לא תנאף (זאלסט נישט נואפן) האט אויך געזאגט: לא תרצח (זאלסט נישט מארדן); ווען אבער דו נואפסט נישט, באגייסט אבער א מארד, ביסטו געווארן א פושע אין דער תורה. (שמות כ, יג-יד.) 12רעדט אזוי, און טוט אזוי, ווי (מענטשן, וואס) דארפן געמשפט ווערן דורך דער תורה פון פרייהייט. 13ווארום דאס משפט איז אומרחמנותדיק אויף דעם, וועלכער האט נישט ארויסגעוויזן קיין רחמנות; בארעמהארציקייט טריאומפירט איבער דעם משפט.

14וואס נוצט עס, ברידער מיינע, ווען איינער זאגט, ער האט אמונה, נאר קיין מעשים האט ער נישט? צי קען אים דען די (ציטירן ניטציטירן) אמונה העלפן? 15אויב א ברודער אדער א שוועסטער זענען נאקעט, און עס פעלט זיי די טאג טעגלעכע שפייז, 16און עמיצער פון אייך זאגט צו זיי: גייט אייך לשלום, ווארעמט זיך אָן און זעטיקט זיך; איר גיט זיי אבער נישט דאס נויטווענדיקע פארן גוף, וואס נוצט עס? 17אויך אזוי די אמונה, אויב זי האט נישט קיין מעשים, איז זי טויט פאר זיך אליין. 18נאר עמיצער וועט זאגן: דו האסט אמונה, און איך האב מעשים? ווייז מיר דיין אמונה אָן די מעשים, און איך וועל דיר ווייזן מיין אמונה דורך די מעשים. 19גלויבסט, אז עס איז פאראן איין ג‑ט? דו טוסט וואויל! אפילו די טייוולאנים גלויבן עס און ציטערן. 20דו ווילסט אבער וויסן, אָ פוסטער מענטש, אז גלויבן אָן מעשים איז טויט? 21צי איז דען נישט אברהם אבינו גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, מקריב זייענדיק יצחקן זיין זון אויף דער עקידה? 22זעסט, אז די אמונה האט מיטגעווירקט מיט זיינע מעשים, און דורך די מעשים איז די אמונה געווארן שלמותדיק; 23און עס איז דערפילט געווארן דער פסוק, וואס זאגט: און אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט (בראשית טו, ו.); און ער איז גערופן געווארן א פריינד פון ג‑ט. (ישעיהו מא, ח.) 24איר זעט, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך מעשים, און נישט דורך אמונה אליין. 25און אויף אן ענלעכן אופן איז דען רחב הזונה נישט גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, ווען זי האט אויפגענומען די מרגלים און זיי אוועקגעשיקט אויף אן אנדערן וועג? (יהושע ו, כה.) 26ווארום פונקט ווי א גוף אָן א נשמה איז טויט, אויך אזוי איז די אמונה אָן מעשים טויט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Joshua 1Joshua 3 ►