1און בצַלאֵל און אָהליאָבֿ, און אַלע קלוגהאַרציקע לײַט, װאָס ה׳ האָט אַרײַנגעגעבן חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט אין זײ, צו װיסן װי צו טאָן יעטװעדער מלאָכה פֿון דער אַרבעט פֿון הײליקטום, זאָלן מאַכן אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן.
2און משה האָט גערופֿן בצַלאֵלן, און אָהליאָבֿן, און איטלעכן קלוגהאַרציקן מאַן, װאָס ה׳ האָט אַרײַנגעגעבן חכמה אין זײַן האַרצן, איטלעכן װאָס זײַן האַרץ האָט אים געטריבן צו גענענען צו דער אַרבעט, זי צו טאָן. 3און זײ האָבן גענומען פֿון משהן די גאַנצע אָפּשײדונג {תְּרוּמָה} װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געבראַכט פֿאַר דער מלאָכה פֿון דער אַרבעט פֿון הײליקטום, כּדי זי צו מאַכן. און די האָבן נאָך אַלץ געהאַלטן אין ברענגען צו אים פֿרײַװיליקע נדבֿות, פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן.
4זײַנען געקומען אַלע קלוגע לײַט װאָס האָבן געמאַכט די גאַנצע אַרבעט פֿון הײליקטום, איטלעכער מאַן פֿון זײַן אַרבעט װאָס ער האָט געטאָן, 5און זײ האָבן געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: דאָס פֿאָלק ברענגט מער װי עס איז נײטיק צו דער אַרבעט, פֿאַר דער מלאָכה װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן זי צו מאַכן.
6האָט משה באַפֿױלן, און מע האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין לאַגער, אַזױ צו זאָגן: קײן מאַן און קײן פֿרױ זאָל מער נישט מאַכן אַרבעט פֿאַר דער הײליקער אָפּשײדונג {תְּרוּמָה}. און דאָס פֿאָלק איז אָפּגעהאַלטן געװאָרן פֿון ברענגען. 7און דאָס אױסגעאַרבעטע איז זײ געװען גענוג פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט, זי צו מאַכן, און נאָך איבערצולאָזן.
8און אַלע קלוגהאַרציקע צװישן די װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט, האָבן געמאַכט דעם מישכּן אין צען פֿאָרהאַנגען; פֿון געדרײַטן לײַנען, און בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט; מיט כּרובֿים, קונציק אױסגעאַרבעט האָט מען זײ געמאַכט. 9די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג אַכט און צװאַנציק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר אַלע פֿאָרהאַנגען. 10און מע האָט באַהעפֿט פֿינף פֿאָרהאַנגען אײנעם צום אַנדערן, אױך די אַנדערע פֿינף פֿאָרהאַנגען האָט מען באַהעפֿט אײנעם צום אַנדערן.
11און מע האָט געמאַכט שלײפֿן פֿון בלאָער װאָל אױף דעם זױם פֿון אײן פֿאָרהאַנג אין עק פֿון אײן באַהעפֿטונג; אַזױ האָט מען געמאַכט אױף דעם זױם פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג. 12פֿופֿציק שלײפֿן האָט מען געמאַכט אױף דעם אײן פֿאָרהאַנג, און פֿופֿציק שלײפֿן האָט מען געמאַכט אױף דעם ברעג פֿון דעם פֿאָרהאַנג װאָס אין דער צװײטער באַהעפֿטונג; די שלײפֿן זײַנען געװען אײנער קעגן אַנדערן. 13און מע האָט געמאַכט פֿופֿציק גילדערנע האָקן, און מע האָט באַהעפֿט די פֿאָרהאַנגען אײנעם צום אַנדערן מיט די האָקן, און דער מישכּן איז געװען אֶחָד.[1]
14און מע האָט געמאַכט פֿאָרהאַנגען פֿון ציגנהאָר פֿאַר אַ געצעלט איבערן מישכּן; עלף פֿאָרהאַנגען האָט מען זײ געמאַכט. 15די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג דרײַסיק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר די עלף פֿאָרהאַנגען. 16און מע האָט באַהעפֿט פֿינף פֿאָרהאַנגען באַזונדער, און זעקס פֿאָרהאַנגען באַזונדער. 17און מע האָט געמאַכט פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין אײן באַהעפֿטונג, און פֿופֿציק שלײפֿן האָט מען געמאַכט אױף דעם זױם פֿון דעם פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג. 18און מע האָט געמאַכט פֿופֿציק קופּערנע האָקן צו באַהעפֿטן דאָס געצעלט, אַז עס זאָל זײַן אײנס {אֶחָד}.[2] 19און מע האָט געמאַכט אַ צודעק פֿאַר דעם געצעלט, פֿון רױט-געפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און אַ צודעק פֿון תּחש-פֿעלן פֿון אױבן. 20און מע האָט געמאַכט די ברעטער צום מישכּן, פֿון שִטים-האָלץ, שטײעדיק. 21צען אײלן די לענג פֿון אַ ברעט, און אַן אײל און אַ האַלב די ברײט פֿון איטלעכן ברעט. 22צװײ צאַפּנס צו איטלעכן ברעט, אײנער קעגן אַנדערן אַזױ װי שטאַפּלען. אַזױ האָט מען געמאַכט צו אַלע ברעטער פֿון מישכּן. 23און מע האָט געמאַכט די ברעטער פֿאַרן מישכּן: צװאַנציק ברעטער פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום. 24און פֿערציק זילבערנע שװעלן האָט מען געמאַכט אונטער די צװאַנציק ברעטער: צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס, צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס. 25און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿון מישכּן, צו צפֿון-זײַט, האָט מען געמאַכט צװאַנציק ברעטער, 26און זײערע פֿערציק זילבערנע שװעלן: צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט, צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. 27און פֿאַר דער הינטערשטער זײַט פֿון מישכּן, צו מערבֿ, האָט מען געמאַכט זעקס ברעטער. 28און צװײ ברעטער האָט מען געמאַכט פֿאַר די װינקלען פֿון דעם מישכּן, אױף דער הינטערשטער זײַט. 29און זײ זײַנען געװען אַרײַנגעפּאַסט אונטן, און דעס גלײַכן זײַנען זײ געװען אַרײַנגעפּאַסט אױבן ביז צום ערשטן רינג; אַזױ האָט מען געמאַכט בײַ זײ בײדן, פֿאַר די צװײ װינקלען. 30און עס זײַנען געװען אַכט ברעטער מיט זײערע זילבערנע שװעלן – זעכצן שװעלן: צו צװײ שװעלן, צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. 31און מע האָט געמאַכט ריגלען פֿון שִטים-האָלץ: פֿינף פֿאַר די ברעטער פֿון אײן זײַט מישכּן, 32און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער צװײטער זײַט מישכּן, און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון מישכּן אױף דער הינטערשטער זײַט, צו מערבֿ. 33און מע האָט געמאַכט דעם מיטלסטן ריגל דורכצוריגלען אין מיטן פֿון די ברעטער פֿון עק צו עק. 34און די ברעטער האָט מען איבערגעצױגן מיט גאָלד, און מע האָט געמאַכט צו זײ רינגען פֿון גאָלד, אױערן פֿאַר די ריגלען; און מע האָט איבערגעצױגן די ריגלען מיט גאָלד.
35און מע האָט געמאַכט דעם פָּרוֹכֶת פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען; קונציק אױסגעאַרבעט האָט מען אים געמאַכט, מיט כּרובֿים. 36און מע האָט געמאַכט צו אים פֿיר זײַלן פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד, מיט זײערע העקלעך פֿון גאָלד; און מע האָט אױסגעגאָסן צו זײ פֿיר זילבערנע שװעלן.
37און מע האָט געמאַכט אַ פֿאָרהאַנג פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט; 38און פֿינף זײַלן צו אים, מיט זײערע העקלעך; און מע האָט איבערגעצױגן זײערע קעףּ און זײערע רײפֿבענדער מיט גאָלד. און זײערע פֿינף שװעלן זײַנען געװען קופּער.
1און וואס שייך (מתנות) פונם גייסט, ברידער, וויל איך נישט, איר זאלט זיין אומוויסנד. 2איר ווייסט (דאך), אז ווען איר זענט געווען אומות (העולם), ווי איר האט זיך געלאזט פירן צו שטומע אפג‑טער, און מען האט אייך געפירט. 3דערפאר לאז איך אייך וויסן, אז קיינער, וועלכער רעדט דורך ה׳ס גייסט, זאגט נישט: פארפלוכט זאל זיין יהושע/ישוע; און קיינער קען נישט זאגן: יהושע/ישוע איז האר, אחוץ דורך דעם רוח הקודש.
4די מתנות אבער זענען פארשיידן, נאר דער גייסט איז דער זעלביקער. 5און די עבודות זענען פארשיידן, דאך איז עס דער זעלביקער האר. 6און די ווירקונגען, זענען פארשיידן אבער דער זעלביקער ה׳, וועלכער ווירקט אלץ אין אלעם. 7יעדן איינעם אבער ווערט געגעבן די אנטפלעקונג פון דעם רוח (הקודש) צום נוצן. 8ווארום איינעם ווערט געגעבן דורך דעם גייסט א ווארט פון חכמה; און אן אנדערן א ווארט פון דערקענטעניש, לויט דעם זעלביקן גייסט; 9אן אנדערן אמונה אין דעם זעלביקן גייסט; און אן אנדערן מתנות פון רפואות, דורך דעם איינעם גייסט; 10און אן אנדערן צו טאן וואונדער; און אן אנדערן, נבואה; און אן אנדערן, אונטערצושיידן גייסטער; אן אנדערן, מינים לשונות; און אן אנדערן, פארטייטשונג פון די לשונות; 11דאס אלץ אבער ווירקט איין און דער זעלביקער רוח (הקודש), וועלכער טיילט אויס יעדן איינעם באזונדער, ווי ער וויל.
12ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח. 13ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט. 14דען דער גוף איז נישט איין אבר, נאר א סך. 15אויב דער פוס זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין האנט, געהער איך נישט צום קערפער, געהערט ער דען נישט צוליב דעם צום קערפער? 16און אויב דאס אויער זאל זאגן: ווייל איך בין נישט קיין אויג, געהער איך נישט צום קערפער; צי געהערט עס דען נישט צוליב דעם צום קערפער? 17אויב דער גאנצער גוף וואלט געווען אן אויג, וואו וואלט געווען דער חוש השמיעה? און אויב ער וואלט אינגאנצן געווען שמיעה, וואו וואלט געווען דער חוש הריח? 18איצט אבער האט ה׳ געזעצט די אברים, יעדעס איינע פון זיי אין דעם גוף אזוי ווי ער האט געוואלט. 19און אויב אלע וואלטן געווען איין אבר, וואו וואלט געווען דער גוף? 20איצט אבער זענען עס טאקע א סך אברים, נאר איין גוף. 21און דאס אויג קען נישט זאגן צו דער האנט: איך דארף דיך נישט האבן; אדער ווידער דער קאפ צו די פיס; איך דארף אייך נישט האבן! 22נאר להיפך, די אברים פונם גוף, וואס שיינען אויס צו זיין די שוואכערע, זענען (גראד) נויטווענדיק. 23און די (טיילן) פונם גוף, וועלכע מיר האלטן פאר נישט אזוי איידל, די דאזיקע באקליידן מיר מיט מער כבוד; און אונדזערע נישט אנשטענדיקע צירן מיר אמערסטן; 24אונדזערע אנשטענדיקע אבער דארפן עס נישט; יא, ה׳ האט (אזוי) צוזאמענגעזעצט דעם גוף, אז ער האט צוגעטיילט מער כבוד צו דעם ווייניקער וויכטיקן (אבר), 25כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקה אינם גוף; נאר אז די אברים זאלן פארזארגן איינס דאס אנדערע. 26און אויב איין אבר ליידט, ליידן אלע אברים מיט; און אויב איין אבר באקומט כבוד, פרייען זיך אלע אברים מיט. 27און איר זענט משיחס גוף, און אברים יעדער באזונדער. 28און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות. 29צי זענען דען אלע שליחים? צי זענען דען אלע נביאים? צי זענען דען אלע מלמדים? צי (טאן) דען אלע וואונדער? 30צי האבן דען אלע די מתנות פון רפואות? צי רעדן דען אלע מיט לשונות? צי פארטייטשן דען אלע? 31שטרעבט אבער צו דערגרייכן די גרעסערע מתנות.
און נאך א דרך, אן אויסגעצייכנטערן, ווייז איך אייך.