1דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 2הערט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית, און איר זאָלט רעדן צו די מענער פֿון יהוּדה, און צו די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, 3און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: פֿאַרשאָלטן דער מאַן װאָס װעט נישט צוהערן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית, 4װאָס איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם אײַזנשמעלצאױװן, אַזױ צו זאָגן: הערט צו מײַן קֹול; און איר זאָלט זײ טאָן, אַזױ װי אַלץ װאָס איך באַפֿעל אײַך: און איר װעט מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל אײַך זײַן צום אלֹקים; 5כּדי מקײם צו זײַן די שבֿועה װאָס איך האָב געשװאָרן אײַערע עלטערן, זײ צו געבן אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. האָב איך געענטפֿערט און געזאָגט: אָמן, ה׳!
6און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: רוף אױס די אַלע װערטער אין די שטעט פֿון יהוּדה, און אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: הערט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית, און איר זאָלט זײ טאָן. 7װאָרעם װאָרענען האָב איך געװאָרנט אײַערע עלטערן פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, ביז אױף הײַנטיקן טאָג, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געװאָרנט, אַזױ צו זאָגן: הערט צו מײַן קֹול. 8אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט, און נישט צוגענײַגט זײער אױערן, און זײ זײַנען געגאַנגען איטלעכער אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער בײזן האַרצן, און איך האָב געבראַכט אױף זײ אַלע װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית, װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן צו טאָן, און זײ האָבן נישט געטאָן.
9און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: אַ בונט געפֿינט זיך בײַ די מענער פֿון יהוּדה, און בײַ די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם. 10זײ האָבן זיך אומגעקערט צו די זינד פֿון זײערע אורעלטערן, װאָס האָבן נישט געװאָלט צוהערן מײַנע װערטער; און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע ג‑טער זײ צו דינען; פֿאַרשטערט האָבן דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל און דאָס הױז פֿון יהוּדה מײַן ברית װאָס איך האָב געשלאָסן {כרת}[1] מיט זײערע עלטערן. 11דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך ברענג אױף זײ אַן אומגליק װאָס זײ װעלן פֿון אים נישט קענען אַרױסגײן, און זײ װעלן שרײַען צו מיר, און איך װעל נישט צוהערן צו זײ. 12און די שטעט פֿון יהוּדה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם װעלן גײן און װעלן שרײַען צו די ג‑טער װאָס זײ רײכערן צו זײ, אָבער העלפֿן װעלן זײ זײ נישט העלפֿן, אין דער צײַט פֿון זײער אומגליק. 13װאָרעם אַזױ װי די צאָל פֿון דײַנע שטעט זײַנען דײַנע ג‑טער, יהוּדה, און אַזױ װי די צאָל פֿון די גאַסן פֿון ירושָלַיִם האָט איר געמאַכט מזבחות צו שאַנדגעצן, מזבחות פֿאַר רײכערן צו בַעַל.
14און דו, זאָלסט נישט מתפּלל זײַן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, און נישט אױפֿהײבן אַ געשרײ און אַ תּפֿילה פֿאַר זײ. װאָרעם איך הער נישט צו בעת זײ רופֿן צו מיר פֿון װעגן זײער אומגליק. 15װאָס טוט מײַן ליבפֿרײַנט אין מײַן הױז, אַז זי באַגײט שענדלעכקײט מיט פֿיל? און זאָל דורך הײליק פֿלײש דאָס אָפּגעטאָן װערן פֿון דיר? אַז בײַ דײַן שלעכטיקײט, דענצמאָל פֿרײסטו זיך. 16אַ צװײַגהאַפֿטיקער אײלבערטבױם, שײן מיט פֿרוכט פֿײַנע, האָט ה׳ גערופֿן דײַן נאָמען; אָבער מיט גרױס ליאַרעמגעפּילדער האָט ער אָנגעצונדן אַ פֿײַער דערױף, און זײַנע צװײַגן װעלן צעשטער װערן. 17װאָרעם ה׳ צבָֿאוֹת, װאָס האָט דיך געפֿלאַנצט, האָט אָנגעזאָגט שלעכטס אױף דיר, פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל און דעם הױז פֿון יהוּדה, װאָס זײ האָבן בײַ זיך געטאָן, מיך צו דערצערענען מיט רײכערן צו בַעַל.
21דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט אױף די לײַט פֿון עַנָתוֹת װאָס זוכן דײַן לעבן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט נבֿיאות זאָגן אין נאָמען פֿון ה׳, כּדי זאָלסט נישט שטאַרבן פֿון אונדזער האַנט; 22דערום האָט ה׳ צבָֿאוֹת אַזױ געזאָגט: זע, איך רעכן זיך אָפּ מיט זײ; די יונגעלײַט װעלן שטאַרבן פֿון שװערד, זײערע זין און זײערע טעכטער װעלן שטאַרבן פֿון הונגער. 23און קײן איבערבלײַב זאָל צו זײ נישט זײַן, װאָרעם איך ברענג אַן אומגליק אױף די לײַט פֿון עַנָתוֹת, דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט.
1יעדער איינער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער איז געבוירן פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב דעם, וואס האט געבוירן, האט אויך ליב דעם, וואס איז געבוירן געווארן פון אים. 2דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז מיר האבן ליב ה׳ס קינדער, ווען מיר האבן ליב ה׳ און טאן זיינע געבאטן. 3ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער. 4ווייל אלץ, וואס איז געבוירן געווארן פון ה׳, איז מנצח די וועלט; און דאס דאזיקע איז דער נצחון, וואס האט באזיגט די וועלט: אונדזער אמונה. 5און ווער איז עס, וועלכער איז מנצח די וועלט, אויב נישט דער, וועלכער גלויבט, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער? 6ער איז עס, וועלכער איז געקומען דורך וואסער און בלוט, יהושע/ישוע המשיח; נישט בלויז מיט דעם וואסער אליין, נאר מיט דעם וואסער און מיט דעם בלוט. און עס איז דער גייסט, וואס זאגט עדות, ווייל דער גייסט איז דער אמת. 7ווייל עס זענען דריי, וועלכע זאגן עדות: 8דער גייסט, און דאס וואסער, און דאס בלוט; און די דריי זענען אייניק. 9אויב מיר נעמען אָן דאס עדות זאגן פון מענטשן, אזוי איז גרעסער דאס עדות זאגן פון ה׳; ווייל דאס דאזיקע איז דאס עדות זאגן פון ה׳, וואס ער האט עדות געזאגט וועגן זיין זון. 10ווער עס גלויבט אין דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט דאס עדות אין זיך אליין; ווער עס גלויבט נישט ה׳, דער האט אים געמאכט פאר א ליגנער, ווייל ער האט נישט געגלויבט אין דעם עדות, וואס ה׳ האט עדות געזאגט וועגן זיין זון. 11און דאס דאזיקע איז דאס עדות: אז ה׳ האט אונדז געגעבן אייביק לעבן; און דאס דאזיקע לעבן איז אין דעם זון זיינעם. 12ווער עס האט דעם זון, דער האט דאס לעבן; ווער עס האט נישט דעם זון פון דער אויבערשטער, דער האט נישט דאס לעבן.
13די דאזיקע זאכן האב איך אייך געשריבן, כדי איר זאלט וויסן, אז איר האט אייביק לעבן; די, וועלכע גלויבן אין דעם נאמען פון דעם זון פון דער אויבערשטער. 14און דאס איז דער בטחון, וואס מיר האבן צו אים: אז ווען מיר בעטן עפעס לויט זיין רצון, הערט ער אונדז; 15און אויב מיר ווייסן, אז ער הערט אונדז, וועגן וואס מיר בעטן, ווייסן מיר, אז מיר האבן די בקשות, וועלכע מיר האבן געבעטן פון אים. 16ווען עמיצער זעט זיין ברודער זינדיקן א חטא, וואס איז נישט צום טויט, זאל ער בעטן (פאר זיינעטוועגן), און ער (ה׳) וועט אים געבן לעבן, פאר די, וועלכע זינדיקן נישט צום טויט. עס איז פאראן א זינד צום טויט; נישט פאר יענער זאג איך, אז ער זאל בעטן! 17יעדע עוולה איז א חטא; און עס איז פאראן א זינד נישט צום טויט.
18מיר ווייסן, אז יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, זינדיקט נישט; נאר דער, וואס איז געבוירן פון ה׳, היט זיך אפ, און דער נישט גוטער רירט אים נישט אָן. 19מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן. 20און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן. 21קינדער, היט זיך אפ פון די אפג‑טער.