1הלװאַי ביסטו װי אַ ברודער מײַנער
װאָס האָט די בריסט פֿון מײַן מוטער געזױגן!
איך װאָלט דיך געטראָפֿן אין גאַס, דיך געקושט,
און מע װאָלט מיך נישט פֿאַראַכט.
2איך װאָלט דיך געפֿירט,
דיך געבראַכט אין הױז פֿון מײַן מוטער װאָס לערנט מיך;
דיר טרינקען געגעבן פֿון װײַן געקאָכטן,
פֿון זאַפֿט פֿון מײַן מילגרױם.
3זײַן לינקע האַנט אונטער מײַן קאָפּ,
און זײַן רעכטע זאָל מיך אַרומנעמען.
4איך באַשװער אײַך, טעכטער פֿון ירושָלַיִם,
איר זאָלט נישט װעקן און נישט אױפֿװעקן די ליבשאַפֿט,
ביז זי װעט באַגערן.
5װער איז די װאָס גײט אױף פֿונעם מדבר,
זיך טוליענדיק צו איר געליבטן?
אונטערן עפּלבױם האָב איך דיך אױפֿגעװעקט;
דאָרטן האָט דײַן מוטער געװײטאָקט מיט דיר,
דאָרט האָט געװײטאָקט די װאָס האָט דיך געבאָרן.
6טו מיך אַרױף װי אַ זיגל אױף דײַן האַרצן,
װי אַ זיגל אױף דײַן אָרעם,
װאָרעם שטאַרק װי דער טױט איז די ליבשאַפֿט,
האַרט װי דער שְׁאֹול די אײפֿערזוכט;
אירע פֿלאַמען זײַנען פֿלאַמען פֿײַער,
אַ פֿלאַקער פֿון ג-ט.
7גרױסע װאַסערן קענען נישט פֿאַרלעשן די ליבשאַפֿט,
און טײַכן װעלן זי נישט אַװעקפֿלײצן.
אַז אַ מענטש זאָל געבן פֿאַר ליבשאַפֿט
דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון זײַן הױז,
פֿאַראַכטן אים װאָלט מען פֿאַראַכט.
8אַ קלײנע שװעסטער האָבן מיר,
און זי האָט נאָך קײן בריסט נישט;
װאָס זאָלן מיר טאָן מיט אונדזער שװעסטער
אין דעם טאָג װאָס מע װעט איר רעדן?
9אױב זי איז אַ מױער,
װעלן מיר בױען אױף איר אַ זילבערנע מױערקרױן;
און אױב זי איז אַ טיר,
װעלן מיר זי פֿאַרשפּאַרן מיט צעדערברעטער.
10איך בין אַ מױער, און מײַנע בריסט װי די טורעמס;
דענצמאָל בין איך געװען אין זײַנע אױגן
אַזױ װי אַ קװאַל פֿון גליק.
11אַ װײַנגאָרטן האָט שלמה געהאַט אין בַעַל-הָמון,
האָט ער געגעבן דעם װײַנגאָרטן צו היטער;
איטלעכער פֿלעגט ברענגען פֿאַר זײַן פֿרוכט טױזנט זילבערשטיק.
12מײַן אײגענער װײַנגאָרטן איז בײַ מיר.
די טױזנט זײַנען פֿאַר דיר, שלמה,
אָבער צװײ הונדערט פֿאַר די װאָס היטן זײַן פֿרוכט.
13דו װאָס זיצסט אין די גערטנער,
די חבֿרים האָרכן אױף דײַן קֹול,
לאָז מיך אים הערן.
14אַנטלױף, געליבטער מײַן,
און זײַ געגליכן צו אַ הירש,
אָדער צו אַ הינד אַ יונגן, אױף די בשׂמים-געבערג.