1װוּהין איז געגאַנגען דײַן געליבטער,
דו שענסטע פֿון פֿרױען?
װוּהין האָט זיך געקערט דײַן געליבטער,
אַז מיר זאָלן אים זוכן מיט דיר?
2מײַן געליבטער האָט גענידערט צו זײַן גאָרטן
צו די בײטן פֿון בשׂמים,
צו װאַנדערן אין די גערטנער
און אױפֿקלײַבן ליליען.
3איך בין מײַן געליבטנס,
– און מײַן געליבטער איז מײַן –
דער װאָס װאַנדערט צװישן די ליליען.
4ביסט שײן, מײַן געליבטע, װי תִּרצָה,
ליבלעך װי ירושָלַיִם,
פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע.
5קער אַװעק דײַנע אױגן פֿון מיר,
װאָרעם זײ האָבן מיך באַװעלטיקט.
דײַנע האָר איז װי אַ סטאַדע ציגן
װאָס לאָזן זיך פֿון גִלעָד אַראָפּ.
6דײַנע צײן װי אַ סטאַדע שאָף
װאָס קומען אַרױף פֿון געװעש,
װאָס צװילינגען זיך אַלע,
און נישטאָ קײן פֿאַרװאַרפֿערין צװישן זײ.
7װי אַן אױפֿשניט מילגרױם איז דײַן שלײף,
פֿון דײַן שלײער אַדורך.
8זעכציק די מלכּות,
און אַכציק די קעפּסװײַבער,
און יונגפֿרױען {עֲלָמוֹת, זען הָעַלְמָה}
[1] אָן צאָל.
9אײנע מײַן טױב, מײַן אומשולדיקע;
אײנע איז זי בײַ איר מוטער,
אױסדערװײלט איז זי בײַ איר װאָס האָט איר געבאָרן.
טעכטער האָבן זי געזען און זי געלױבט,
מלכּות און קעפּסװײַבער – און זי גערימט:
10װער איז די װאָס קוקט אַרױס װי דער פֿרימאָרגן,
שײן װי די לִבֿנָה, לױטער װי די זון,
פֿאָרכטיק װי מחנות באַפֿאָנטע?
11צו דעם נוסגאָרטן האָב איך גענידערט,
צו באַקוקן די שפּראָצן פֿון טאָל,
צו זען אױב געבליט האָט דער װײַנשטאָק,
אױב געצװיט האָבן די מילגרױמען.
12נישט װיסנדיק האָט מײַן זעל מיך געבראַכט
צו די רײַטװעגן פֿון מײַן פֿירשטלעכן פֿאָלק.