1פֿון דָוִדן אַ מיזמור.
1ה׳ס איז די ערד און איר פֿולקײט,
די װעלט און די װױנער אין איר.
2װאָרעם ער האָט זי אױף ימען געגרונטפֿעסט,
און האָט זי אױף טײַכן געשטעלט.
3װער קען אַרױפֿגײן אױף דעם באַרג פֿון ה׳
[1]?
און װער קען שטײן אין זײַן הײליקן אָרט?
4דער װאָס האָט רײנע הענט און אַ לױטער האַרץ,
װאָס האָט מיך נישט דערמאָנט צום פֿאַלשן,
און נישט געשװאָרן מיט באַטרוג.
5ער װעט קריגן אַ ברכה פֿון ה׳,
און גענאָד פֿון דעם אלֹקים פֿון זײַן הילף.
6דאָס איז דער דור פֿון די װאָס פֿאָרשן אים,
װאָס זוכן דײַן פּנים אָ יעקבֿ.
סֶלָה.
7הײבט אױף, איר טױערן, אײַערע קעפּ, און הײבט אײַך אױף, איר
אײביקע טירן,
און זאָל אַרײַנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט.
[2]
8װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט?
ה׳ דער שטאַרקער און דער גיבור,
ה׳ דער גיבור פֿון מלחמה.
9הײבט אױף, איר טױערן, אײַערע קעפּ,
און הײבט אױף, איר אײביקע טירן,
און זאָל אַרײַנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט.
10װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט?
ה׳ צבָֿאוֹת, ער איז דער קיניג פֿון פּראַכט.
סֶלָה.