AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 66
◄ Isaiah 65
Isaiah 66
יְשַעְיָה 66
Jeremiah 1 ►
1אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
דער הימל איז מײַן טראָן,[1]
און די ערד איז מײַן פֿוסבענקל;
װוּ איז דאָס הױז װאָס איר קענט מיר בױען?
און װוּ דער אָרט פֿון מײַן רוּונג?
2אַז די אַלע האָט מײַן האַנט געמאַכט,
און אַזױ זײַנען די אַלע געװאָרן,
זאָגט ה׳.
אָבער אױף אַזעלכן טו איך קוקן:
אױף דעם אָרעמאַן און דערשלאָגענעם אין געמיט,
און דעם װאָס ציטערט איבער מײַן װאָרט.
3דער װאָס שעכט אַן אָקס,
דערשלאָגט אַ מענטשן;
דער װאָס שלאַכט אַ שעפּס,
האַקט אָפּ דאָס געניק פֿון אַ הונט;
דער װאָס ברענגט אױף אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה},
ברענגט אױף בלוט פֿון אַ חזיר;
דער װאָס רײכערט װײַרעך,
בענטשט אַן אָפּגאָט.
אַזױ װי זײ האָבן אױסגעװײלט זײערע װעגן,
און זײערע אומװערדיקײטן האָט באַגערט זײער זעל,
4אַזױ װעל איך אױך אױסװײלן געשפּעטן איבער זײ,
און זײערע שרעקענישן װעל איך ברענגען אױף זײ;
װײַל איך האָב גערופֿן, און קײנער האָט נישט געענטפֿערט,
גערעדט, און זײ האָבן נישט געהערט;
נאָר זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן,
און װאָס איך האָב נישט געװאָלט האָבן זײ אױסגעװײלט.
5הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳,
איר װאָס ציטערט איבער זײַן װאָרט:
עס האָבן געזאָגט אײַערע ברידער װאָס האָבן אײַך פֿײַנט,
די װאָס פֿאַרשטױסן אײַך פֿון װעגן מײַן נאָמען:
זאָל ה׳ געערלעכט װערן,
און לאָמיר זען אײַער שׂימחה!
אָבער זײ װעלן פֿאַרשעמט װערן.
6אַ קֹול פֿון טומל פֿון דער שטאָט,
אַ קֹול פֿון דעם הֵיכל!
אַ קֹול פֿון ה׳ װאָס באַצאָלט
פֿאַרגעלטונג צו זײַנע פֿײַנט.
7אײדער זי האָט געװײטאָקט,
האָט זי געבאָרן;
אײדער װײעניש איז געקומען אױף איר,
אַזױ האָט זי אַ ייִנגל געהאַט.
8װער האָט געהערט אַזױנס?
װער האָט געזען אַזױ-װאָס?
װערט אַ לאַנד אױסגעװײטאָקט אין אײן טאָג?
װערט געבאָרן אַ פֿאָלק מיט אײן מאָל?
װאָרעם װי צִיוֹן האָט געװײטאָקט,
אַזױ האָט זי אירע קינדער געבאָרן.
9װעל איך ביז געבורט ברענגען,
און נישט מאַכן געבערן? זאָגט ה׳;
װעל איך, װאָס מאַך געבערן, פֿאַרהאַלטן?
זאָגט דײַן ג-ט.
10פֿרײט זיך מיט ירושָלַיִם,
און קװעלט אָן אין איר, אַלע אירע ליבהאָבער;
לוסטיקט אײַך לוסטיק מיט איר,
איר אַלע װאָס טרױערט אױף איר;
11װײַל איר װעט זײגן און זיך זעטן
פֿון דער ברוסט פֿון אירע נחמות,
װײַל איר װעט זופּן און זיך קװיקן
פֿון דעם זױגנאָפּל פֿון איר שפֿע.
12װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
זע, איך נײַג צו איר שלום װי אַ טײַך,
און װי אַ פֿלײציקן שטראָם די רײַכקײט פֿון די פֿעלקער,
און איר װעט זײגן דערפֿון.
אױפֿן זײַט װעט איר געטראָגן װערן,
און אױף די קני װעט איר געצערטלט װערן.
13װי אײנער װאָס זײַן מוטער טוט אים טרײסטן,
אַזױ װעל איך אײַך טרײסטן;
און אין ירושָלַיִם װעט איר געטרײסט װערן.
14און איר װעט זען, און אײַער האַרץ װעט זיך פֿרײען,
און אײַערע בײנער װעלן װי גראָז בליִען;
און די האַנט פֿון ה׳ װעט דערװוּסט װערן בײַ זײַנע קנעכט,
און ער װעט צערענען אױף זײַנע פֿײַנט.
15װאָרעם זע, ה׳ װעט קומען מיט פֿײַער,
און װי אַ שטורעמװינט זײַנע רײַטװעגן,
אױסצולאָזן מיט גרים זײַן צאָרן,[2]
און זײַן אָנגעשרײ מיט פֿלאַמען פֿײַער.
16װאָרעם מיט פֿײַער טוט זיך משפּטן ה׳,
און מיט זײַן שװערד, מיט אַלע לײַבער;
און פֿיל װעלן זײַן די דערשלאָגענע פֿון ה׳.

17די װאָס הײליקן זיך און רײניקן זיך צו גײן אין די גערטנער, הינטער אײנער אין מיטן, די װאָס עסן פֿלײש פֿון חזיר, און אומװערדיקײטן און מײַז, װעלן אין אײנעם פֿאַרלענדט װערן, זאָגט ה׳. 18װאָרעם [איך װײס] זײערע מעשׂים און זײערע טראַכטונגען; די צײַט קומט אײַנצוזאַמלען אַלע פֿעלקער און לשונות, זײ זאָלן קומען און זען מײַן כּבֿוד. 19און איך װעל טאָן צװישן זײ אַ װוּנדערצײכן, און איך װעל שיקן פֿון זײ אַנטרונענע צו די פֿעלקער, צו תַּרְשִיש, פּול, און לוד, די בױגנשפּאַנערס, צו תּובַֿל און יָוָן, די װײַטע אינדזלען, װאָס האָבן נישט געהערט מײַן הערונג, און נישט געזען מײַן כּבֿוד; און זײ װעלן דערצײלן מײַן כּבֿוד צװישן די פֿעלקער. 20און זײ װעלן ברענגען אַלע אײַערע ברידער, פֿון אַלע פֿעלקער, אַ מתּנה צו ה׳, אױף פֿערד און אױף קאָטשן און אױף טראָגװעגן, און אױף מױלאײזלען, און אױף יאָגקעמלען, צו מײַן הײליקן באַרג ירושָלַיִם, זאָגט ה׳, אַזױ װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל ברענגען דאָס שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} אין אַ רײנער כּלי אין הױז פֿון ה׳. 21און אױך פֿון זײ װעל איך נעמען פֿאַר כּהנים און פֿאַר לוִיִים, זאָגט ה׳.[3]

22װאָרעם װי די נײַע הימלען,
און די נײַע ערד, װאָס איך מאַך,
װעלן באַשטײן פֿאַר מיר, זאָגט ה׳,
אַזױ װעט באַשטײן אײַער זאָמען[4] און אײַער נאָמען.
23און עס װעט זײַן,
ראָש-חודש אין ראָש-חודש,
און שבת אין שבת,
װעלן קומען אַלע לײַבער,
זיך בוקן פֿאַר מיר, זאָגט ה׳.

24און זײ װעלן אַרױסגײן און װעלן קוקן אױף די פּגָרים פֿון די מענטשן װאָס האָבן געבראָכן אָן מיר; װאָרעם זײער װאָרעם װעט נישט שטאַרבן, און זײער פֿײַער װעט נישט פֿאַרלאָשן װערן, און זײ װעלן זײַן אַן פֿאַרשעמען פֿאַר אַלע פֿלײש.[5]

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteMatthew 5 →

1און זעענדיק די המונים מענטשן, איז ער ארויפגעגאנגען אויף דעם בארג; און ווען ער האט זיך אנידערגעזעצט זענען זיינע תלמידים געקומען צו אים. 2און ער האט אויפגעעפנט זיין מויל און זיי געלערנט, זאגנדיק:

3וואויל איז די ארעמע אין גייסט;
ווייל זייערס איז דאס מלכות השמים.
4וואויל איז די טרויערנדיקע;
ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.
5וואויל איז די, וואס האלטן זיך קליין;
ווייל זיי וועלן ירשענען די ערד.
6וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט;
ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.
7וואויל איז די בעלי רחמים;
ווייל זיי וועלן דערלאנגען בארמהארציקייט.
8וואויל איז די, וואס זענען ריין אין הארצן;
ווייל זיי וועלן זען ה׳.
9וואויל איז די, וואס מאכן שלום;
ווייל זיי וועלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער.
10וואויל איז די, וואס ווערן פארפאלגט צוליב גערעכטיקייט;
ווייל דאס מלכות השמים איז זייערס.

11וואויל איז אייך, ווען מען טוט אייך אָן בזיונות, און מען פארפאלגט אייך, און מען רעדט אויס פאלש אלדאס בייז אויף אייך, צוליב מיר. 12פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.

13איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער דאס זאלץ זאל פארלירן זיין טעם, מיט וואס וועט עס געזאלצן ווערן? עס טויג מער צו גארנישט, אחוץ ארויסגעווארפן און פון לייטן געטרעטן צו ווערן. 14איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט, וואס ליגט אויף א בארג, קען נישט בלייבן פארבארגן. 15מען ליכטבענטשן אויך נישט אויף א ליכט, און שטעלט עס אונטער דעם מאסשעפל, נאר אויף דעם לייכטער; און עס לויכט אלעמען אין הויז. 16אָט אזוי זאל אייער ליכט שיינען פאר מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע מעשים טובים, און אפגעבן א לויב צו אייער פאטער, וואס איז אין הימל.

17איר זאלט נישט מיינען, אז איך בין געקומען צו צעשטערן די תורה אדער די נביאים; איך בין נישט געקומען צו צעשטערן, נאר ממלא צו זיין. 18מחמת באמת זאג איך אייך, ביז דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד, אדער א קוצי של יוד פון דער תורה נישט בטל ווערן, ביז אלץ איז געשען. 19דעריבער ווער עס וועט צעשטערן איינע פון די דאזיקע קלענסטע מצוות, און וועט אָט אזוי לערנען די מענטשן, דער וועט הייסן קלענסטער אין דעם מלכות השמים; ווער אבער עס וועט זיי טאן און לערנען, דער וועט הייסן גרויס אינם מלכות השמים. 20מחמת איך זאג אייך, אז אויב אייער צדקות וועט נישט איבערשטייגן די צדקות פון די סופרים און די פרושים, וועט איר בשום אופן נישט אריינגיין אינם מלכות השמים.

21איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: דו זאלסט נישט טייטן; ווער אבער עס טייט, איז חייב צום משפט. 22איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום. 23דעריבער ווען דו ברענגסט דיין קרבן צו דעם מזבח, און דארטן דערמאנסטו דיך, אז דיין ברודער האט עפעס קעגן דיר, 24זאלסטו דארטן איבערלאזן דיין קרבן פאר דעם מזבח, און גיי קודם כל אהין, רעד זיך דורך מיט דיין ברודער, און דאן קום און זיי מקריב דיין קרבן. 25ווער משווה מיט דיין קעגנער געשווינט, בשעת דו ביסט נאך מיט אים אויפן וועג; טאמער וועט דיין קעגנער דיך איבערגעבן צום שופט, און דער שופט צום שוטר, און דו וועסט געווארפן ווערן אין תפיסה אריין. 26באמת זאג איך דיר, דו וועסט פון דארטן בשום אופן נישט ארויסקומען, ביז דו באצאלסט נישט די לעצטע פרוטה!

27איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: זאלסט נישט נואפן! 28איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן. 29און אויב דיין רעכט אויג פארפירט דיך צום שטרויכלען, נעם עס ארויס, און ווארף עס אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל געווארפן ווערן אין גיהנום אריין. 30און אויב דיין רעכטע האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ, און ווארף זי אוועק פון דיר; מחמת עס לוינט זיך דיר, אז איינס פון דיינע אברים זאל פארלוירן גיין, און נישט דיין גאנצער גוף זאל גיין אין גיהנום אריין. 31און עס איז געזאגט געווארן: ווער עס שיידט זיך פון זיין ווייב, זאל ער איר געבן א גט. 32איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס שיידט זיך פון זיין ווייב, אחוץ צוליב א פאל פון זנות, מאכט ער זי מזנה צו זיין. און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה. 33ווידער האט איר געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן צו די קדמונים: זאלסט נישט שווערן פאלש, זאלסט אבער אפצאלן דיינע שבועות צום האר (ג‑ט). 34איך אבער זאג אייך, שווערט לגמרי נישט; נישט ביים הימל, ווייל עס איז ה׳ס כסא הכבוד. 35נישט ביי דער ערד, ווייל זי איז א פוסבענקל פאר זיינע פיס; נישט ביי ירושלים, ווייל דאס איז די שטאט פון דעם גרויסן מלך. 36זאלסט אויך נישט שווערן ביי דיין קאפ, ווייל דו קענסט נישט קיין איינציקע האר ווייס אדער שווארץ מאכן. 37נאר זאל אייער ווארט זיין; יא, יא; ניין, ניין! און וואס איז מער ווי די דאזיקע איז פונם בייזן.

38איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: אן אויג פאר אן אויג, און א צאן פאר א צאן; 39איך אבער זאג אייך: איר זאלט זיך נישט אנטקעגנשטעלן דעם בייזן; נאר ווען עמיצער פאטשט דיך אויף דיין רעכטער באק, נייג אים אויך די אנדערע צו. 40און דעם, וואס וויל זיך משפטן מיט דיר און אוועקנעמען דיין העמד, לאז אים אויך דעם אויבער בגד. 41און ווער עס צווינגט דיך צו גיין א מייל, גיי מיט אים צוויי. 42גיב צו דעם, וואס בעט ביי דיר, און פון דעם, וואס וויל ביי דיר בארגן, דריי דיך נישט אוועק. 43איר האט געהערט, אז עס איז געזאגט געווארן: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר, און האסן דיין שונא; 44איך אבער זאג אייך: האט ליב אייערע שונאים, און זייט מתפלל פאר די, וואס פארפאלגן אייך; 45כדי איר זאלט זיין קינדער פון אייער פאטער, וואס איז אין הימל. ווייל ער לאזט זיין זון שיינען אויף בייזע און אויף גוטע, און לאזט רעגענען אויף צדיקים און אויף רשעים. 46מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע? 47און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע? 48דעריבער זאלט איר זיין פולקום, ווי אייער הימלישער פאטער איז פולקום.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 65Jeremiah 1 ►