AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 26
◄ Ezekiel 25
Ezekiel 26
יחֶזקֵאל 26
Ezekiel 27 ►

1און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, װײַל צוֹר האָט געזאָגט אױף ירושָלַיִם: אַהאַ! צעבראָכן איז די טיר פֿון די אומות, צו מיר גײט עס איבער; איך װעל פֿול װערן װײַל זי איז חורבֿן. 3דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך קום אױף דיר, צוֹר, און װעל אױפֿברענגען אױף דיר פֿיל פֿעלקער, אַזױ װי דער ים ברענגט אױף זײַנע װעלן. 4און זײ װעלן צעשטערן די מױערן פֿון צוֹר, און אײַנװאַרפֿן אירע טורעמס; און איך װעל אָפּשאָבן איר ערד פֿון איר, און װעל זי מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז. 5אױף אױסשפּרײטן נעצן װעט זי זײַן אין מיטן פֿון ים; װאָרעם איך האָב גערעדט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; און זי װעט זײַן צו רױב פֿאַר די פֿעלקער. 6און אירע טעכטערשטעט װאָס אין פֿעלד װעלן מיטן שװערד אױסגעהרגעט װערן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

7װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך ברענג אױף צוֹר נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, פֿון צפֿון אַהער, דעם מלך פֿון מלכים, מיט פֿערד, און מיט רײַטװעגן, און מיט רײַטער, און אַן אײַנזאַמלונג, און פֿאָלק אַ סך. 8דײַנע טעכטערשטעט אין פֿעלד װעט ער מיטן שװערד אױסהרגען; און ער װעט מאַכן אַרום דיר אַ באַלעגער-מױער, און אָנשיטן אַרום דיר אַן ערדװאַל, און אױפֿשטעלן קעגן דיר אַ שילד. 9און זײַנע מױערברעכער װעט ער אָנשטעלן אַקעגן דײַנע מױערן, און דײַנע טורעמס װעט ער צעברעכן מיט די העק זײַנע. 10פֿון דער פֿילקײט פֿון זײַנע פֿערד, װעט דיך זײער שטױב פֿאַרדעקן; פֿון גערױש פֿון רײַטער, און רעדער און רײַטװעגן, װעלן ציטערן דײַנע מױערן, װען ער קומט אין דײַנע טױערן, װי מע קומט אין אַן אײַנגעבראָכענער שטאָט; 11מיט די קלױען פֿון זײַנע פֿערד װעט ער צעטרעטן אַלע דײַנע גאַסן; דײַן פֿאָלק װעט ער מיטן שװערד אױסהרגען. און דײַנע שטאַרקע זײַלשטײנער װעלן צו דער ערד נידערן. 12און זײ װעלן ראַבעװען דײַן פֿאַרמעג, און רױבן דײַן סחורה; און זײ װעלן צעשטערן דײַנע מױערן, און דײַנע גלוסטיקע הײַזער װעלן זײ צעברעכן; און דײַנע שטײנער און דײַנע האָלצן און דײַן ערד װעלן זײ אין מיטן װאַסער אַהינטאָן. 13און איך װעל מאַכן אױפֿהערן דעם טומל פֿון דײַנע געזאַנגען, און דער קֹול פֿון דײַנע האַרפֿן װעט מער נישט געהערט װערן. 14און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז, אױף אױסשפּרײטן נעצן װעסטו זײַן; װעסט מער נישט אָפּגעבױט װערן; װאָרעם איך ה׳ האָב גערעדט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

15אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו צוֹר: פֿאַר װאָר פֿון דעם קלאַפּ פֿון דײַן פֿאַלן, װען דערשלאָגענע קרעכצן, װען הרוּגים װערן געהרגעט אין דיר, װעלן ציטערן די אינדזלען. 16און נידערן פֿון זײערע טראָנען װעלן אַלע פֿירשטן פֿון ים, און זײ װעלן אױסטאָן זײערע מאַנטלען, און זײערע געשטיקטע קלײדער װעלן זײ אַראָפּציִען; ציטערניש װעלן זײ אָנטאָן, אױף דער ערד װעלן זײ זיצן, און אױפֿציטערן װעלן זײ אַלע רגע, און באַנומען װערן פֿון װעגן דיר.

17און זײ װעלן אױפֿהײבן אױף דיר אַ קלאָג, און װעלן זאָגן צו דיר:

װי ביסטו אונטערגעגאַנגען, דו באַזעצטע בײַ ימען,
דו גערימטע שטאָט,
װאָס איז געװען שטאַרק אױפֿן ים,
זי און אירע באַװױנער,
װאָס האָבן געװאָרפֿן זײער שרעק
אױף אַלע באַװױנער פֿון דער ערד!
18אַצונד ציטערן די אינדזלען
אין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן;
יאָ, די אינדזלען װאָס אין ים
זײַנען דערשראָקן פֿון דײַן אױסלאָזן.

19װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װען איך מאַך דיך אַ פֿאַרװיסטע שטאָט, װי שטעט װאָס װערן נישט באַװױנט, װען איך ברענג אױף דיר דעם תּהום, און די גרױסע װאַסערן װעלן דיך באַדעקן, 20װעל איך דיך נידערן מיט די גענידערטע אין גרוב, מיט דעם פֿאָלק פֿון פֿאַרצײַטן, און איך װעל דיך באַזעצן אין אונטערערד, װי די חורבֿות פֿון פֿאַרצײַטן, מיט די גענידערטע אין גרוב, כּדי דו זאָלסט נישט באַזעצט װערן; און איך װעל געבן פּראַכט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. 21פֿאַר אַ שרעקעניש װעל איך דיך מאַכן, און װעסט מער נישט זײַן, און װעסט געזוכט װערן, און מער נישט געפֿונען װערן אױף אײביק, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 25Ezekiel 27 ►