AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 13
◄ 1 Chronicles 12
1 Chronicles 13
דִבֿרֵי הַיָמִים א 13
1 Chronicles 14 ►

1און דָוִד האָט געהאַלטן אַן עצה מיט די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און פֿון די הונדערטן, מיט איטלעכן אָנפֿירער. 2און דָוִד האָט געזאָגט צו דער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל: אױב אײַך איז װױלגעפֿעלן, און עס איז פֿון ה׳ אלוקינו, לאָמיר ברײט פֿונאַנדערשיקן צו אונדזערע איבעריקע ברידער אין אַלע לענדער פֿון יִשׂרָאֵל, און צוגלײַך מיט זײ צו די כּהנים און צו די לוִיִים װאָס זײַנען אין זײערע שטעט מיט די פֿרײַע פּלעצער, אַז זײ זאָלן זיך אױפֿקלײַבן צו אונדז. 3און לאָמיר אַריבערברענגען דעם אָרון פֿון אלוקינו צו אונדז, װאָרעם מיר האָבן אים נישט געזוכט אין די טעג פֿון שָאולן. 4האָט די גאַנצע אײַנזאַמלונג געזאָגט, מע זאָל אַזױ טאָן, װאָרעם די זאַך איז געװען גלײַך אין די אױגן פֿון דעם גאַנצן פֿאָלק. 5און דָוִד האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יִשׂרָאֵל פֿון [דעם טײַך] שיחוֹר פֿון מִצרַיִם און ביז מע קומט קײן חַמָת, כּדי צו ברענגען דעם אָרון פֿון האלֹקים פֿון קִריַת-יְעָרים.

6און דָוִד און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן בַעַלָה, קײן קִריַת-יְעָרים װאָס געהערט צו יהוּדה, כּדי אַרױפֿצוברענגען פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון האלֹקים ה׳ װאָס זיצט איבער די כּרובֿים, װאָס זײַן נאָמען װערט גערופֿן דערױף. 7און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון האלֹקים אױף אַ נײַעם װאָגן פֿון אַבֿינָדָבֿס הױז, און עוּזאָ און אַחיוֹ האָבן געפֿירט דעם װאָגן. 8און דָוִד און גאַנץ יִשׂרָאֵל, האָבן זיך פֿרײלעך געמאַכט פֿאַר אלֹקים מיטן גאַנצן כּוֹח, מיט געזאַנגען, און מיט האַרפֿן, און מיט גיטאַרן, און מיט פּױקן, און מיט צימבלען, און מיט טרומײטן.

9און װי זײ זײַנען געקומען ביז צום דרעש-שײַער פֿון כּידוֹן, האָט עוּזאָ אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אָנצונעמען דעם אָרון, װאָרעם די רינדער האָבן אים אַראָפּגערוקט. 10האָט דער צאָרן[1] פֿון ה׳ געגרימט אױף עוּזאָן, און ער האָט אים געשלאָגן פֿאַר װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט צום אָרון; און ער איז דאָרטן געשטאָרבן פֿאַר אלֹקים.

11און דָוִדן האָט געערגערט װאָס ה׳ האָט געבראַכט אַ בראָך אױף עוּזאָן. און מע רופֿט יענעם אָרט פֶּרֶץ-עוּזאָ ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 12און דָוִד האָט מורא געהאַט פֿאַר ה׳ אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: װי אַזױ זאָל איך ברענגען צו מיר דעם אָרון פֿון האלֹקים?

13און דָוִד האָט נישט אַװעקגענומען דעם אָרון צו זיך אין דָוִדס-שטאָט, נאָר ער האָט אים אָפּגעפֿירט צו דעם הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען פֿון גַת. 14און דער אָרון פֿון האלֹקים איז געבליבן בײַ דעם הױזגעזינט פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען אין זײַן הױז דרײַ חדשים. און ה׳ האָט געבענטשט דאָס הױז פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 121 Chronicles 14 ►