AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 19
◄ 1 Chronicles 18
1 Chronicles 19
דִבֿרֵי הַיָמִים א 19
1 Chronicles 20 ►

1און עס איז געװען נאָך דעם, איז געשטאָרבן נָחש דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און זײַן זון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[1] 2האָט דָוִד געזאָגט: לאָמיך טאָן אַ פֿרײַנדלעכקײט מיט חָנון דעם זון פֿון נָחשן, װאָרעם זײַן פֿאָטער האָט געטאָן אַ פֿרײַנדלעכקײט מיט מיר. און דָוִד האָט געשיקט שלוחים אים צו טרײסטן נאָך זײַן פֿאָטער, און דָוִדס קנעכט זײַנען געקומען אין לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן צו חנונען, אים צו טרײסטן.

3האָבן די האַרן פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן געזאָגט צו חָנונען: מײנסטו אַז דָוִד װיל טאָן כּבֿוד דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט געשיקט צו דיר טרײסטער? דאָך נאָר אױסצופֿאָרשן און דורכצונישטערן און אױסצוקוקן דאָס לאַנד זײַנען זײַנע קנעכט געקומען צו דיר.

4האָט חָנון גענומען דָוִדס קנעכט, און האָט זײ אָפּגעגאָלט, און אָפּגעשניטן {כרת}[2] זײערע קלײדער אין העלפֿט, ביזן דיך, און האָט זײ אַװעקגעשיקט.

5איז מען געקומען און מע האָט אָנגעזאָגט דָוִדן װעגן די מענטשן, און ער האָט זײ געשיקט אַנטקעגן, װאָרעם די מענטשן האָבן זיך זײער געשעמט. און דער מלך האָט געלאָזט זאָגן: זיצט אין יריחוֹ ביז אײַערע בערד װעלן אָפּװאַקסן, און איר װעט זיך אומקערן.

6האָבן די קינדער פֿון עַמוֹן געזען אַז זײ האָבן זיך פֿאַרמיאוסט בײַ דָוִדן, און חָנון און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געשיקט טױזנט צענטנער זילבער, כּדי זיך אָנצודינגען פֿון אַרַם-נַהרַיִם, און פֿון אַרַם-מַעֲכָה, און פֿון צוֹבֿה, רײַטװעגן און רײַטער. 7און זײ האָבן זיך אָנגעדונגען צװײ און דרײַסיק טױזנט רײַטװעגן, און דעם מלך פֿון מַעֲכָה, און זײַן פֿאָלק, און זײ זײַנען געקומען, און האָבן געלאַגערט פֿאַר מֵידבֿאָ. און די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן זיך אײַנגעזאַמלט פֿון זײערע שטעט, און זײַנען געקומען אױף מלחמה.

8און דָוִד האָט געהערט, און ער האָט געשיקט יוֹאָבֿן, און דעם גאַנצן חיל פֿון די גיבוֹרים.

9און די קינדער פֿון עַמוֹן זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה בײַם אײַנגאַנג פֿון שטאָט; און די מלכים װאָס זײַנען געקומען, זײַנען געװען באַזונדער אין פֿעלד. 10און יוֹאָבֿ האָט געזען אַז דער פֿראָנט פֿון דער מלחמה איז קעגן אים פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; האָט ער אױסגעקליבן פֿון אַלע געקליבענע פֿון יִשׂרָאֵל, און אױסגעשטעלט אַקעגן אַרָם. 11און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער געגעבן אױף דער האַנט פֿון זײַן ברודער אַבֿישַין, און זײ האָבן זיך אױסגעשטעלט אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן. 12און ער האָט געזאָגט: אױב אַרָם װעט זײַן שטאַרקער פֿון מיר, װעסטו מיר זײַן צו הילף, און אױב די קינדער פֿון עַמוֹן װעלן זײַן שטאַרקער פֿון דיר, װעל איך דיך העלפֿן. 13זײַ שטאַרק, און לאָמיר זיך שטאַרקן, פֿאַר אונדזער פֿאָלק און פֿאַר די שטעט פֿון אלוקינו; און זאָל ה׳ טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן.

14און יוֹאָבֿ און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן גענענט אַנטקעגן אַרָם אױף מלחמה, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים. 15און װי די קינדער פֿון עַמוֹן האָבן געזען אַז אַרָם איז אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אױך אַנטלאָפֿן פֿאַר זײַן ברודער אַבֿישַין, און זײַנען אַרײַן אין שטאָט. און יוֹאָבֿ איז אַװעק קײן ירושָלַיִם.

16און אַרָם האָט געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן געשיקט שלוחים, און האָבן אַרױסגעבראַכט אַרָם װאָס פֿון יענער זײַט טײַך, מיט שוֹפֿך דעם חיל-לידער פֿון הַדַדעֶזֶרן זײ פֿאַרױס.

17איז אָנגעזאָגט געװאָרן דָוִדן, און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יִשׂרָאֵל, און איז אַריבער דעם יַרדן; און ער איז געקומען צו זײ, און האָט זיך אױסגעשטעלט אַקעגן זײ; און דָוִד האָט אָנגעריכט אַקעגן אַרָם אַ מלחמה, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן מיט אים. 18און אַרָם איז אַנטלאָפֿן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און דָוִד האָט געהרגעט פֿון אַרָם זיבן טױזנט אױף רײַטװעגן, און פֿערציק טױזנט מאַן פֿוסגײער; אױך שוֹפֿך דעם חיל-לידער האָט ער געטײט.

19און די קנעכט פֿון הַדַדעֶזֶרן האָבן געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן פֿאַר יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן געמאַכט שלום מיט דָוִדן, און האָבן אים געדינט. און אַרָם האָט מער נישט געװאָלט העלפֿן די קינדער פֿון עַמוֹן.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 181 Chronicles 20 ►