AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 20
◄ 1 Chronicles 19
1 Chronicles 20
דִבֿרֵי הַיָמִים א 20
1 Chronicles 21 ►

1און עס איז געװען אין דער צײַט פֿון דעם אומקער פֿון יאָר, אין דער צײַט װאָס די מלכים גײען אַרױס אױף מלחמה, האָט יוֹאָבֿ אַרױסגעפֿירט דעם קריג-חיל, און האָט פֿאַרװיסט דאָס לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן; און ער איז געקומען און האָט געלעגערט אױף רַבָה – און דָוִד איז געזעסן אין ירושָלַיִם – און יוֹאָבֿ האָט געשלאָגן רַבָה, און האָט זי צעשטערט.

2און דָוִד האָט אַראָפּגענומען מַלכָּמס קרױן פֿון זײַן קאָפּ; און ער האָט זי געפֿונען אַ צענטנער גאָלד אױפֿן װאָג, מיט טײַער געשטײן אין איר. און זי איז אָנגעטאָן געװאָרן אױף דָוִדס קאָפּ. און רױב פֿון דער שטאָט האָט ער אַרױסגעפֿירט זײער פֿיל. 3און דאָס פֿאָלק װאָס אין איר האָט ער אַרױסגעפֿירט, און האָט זײ געשניטן מיט זעגן און מיט אײַזערנע דרעששליטנס, און מיט העק. און אַזױ פֿלעגט דָוִד טאָן צו אַלע שטעט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. און דָוִד און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם.

4און עס איז געװען נאָך דעם, האָט זיך אױפֿגעהױבן אַ מלחמה אין גֶזֶר מיט די פּלִשתּים. דענצמאָל האָט סִבכַי פֿון חוּשָה דערשלאָגן סִפּין פֿון די קינדער פֿון די רפֿאים, און זײ זײַנען געװאָרן אונטערטעניק.

5און עס איז װידער געװען אַ מלחמה מיט די פּלִשתּים, און אֶלחָנָן דער זון פֿון יָעִירן האָט דערשלאָגן לַחמי דעם ברודער פֿון גָליַתן פֿון גַת, װאָס דער האָלץ פֿון זײַן שפּיז איז געװען אַזױ װי דער שטאַנג פֿון װעבער.

6און עס איז װידער געװען אַ מלחמה אין גַת. איז דאָרטן געװען אַ מאַן פֿון אַ גרױסן װוּקס, װאָס זײַנע פֿינגער זײַנען געװען צו זעקס און זעקס – פֿיר און צװאַנציק; און ער אױך איז געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿאָ. 7און ער האָט געלעסטערט יִשׂרָאֵל; האָט אים יהוֹנָתָן דער זון פֿון שִמעָא, דָוִדס ברודער, דערשלאָגן.

8די דאָזיקע זײַנען געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿאָ אין גַת; און זײ זײַנען געפֿאַלן דורך דער האַנט פֿון דָוִדן, און דורך דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 191 Chronicles 21 ►