AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Lamentations 5
◄ Lamentations 4
Lamentations 5
אֵיכָה 5
Ecclesiastes 1 ►
1געדענק, ה׳, װאָס איז געשען צו אונדז,
קוק און זע אונדזער שאַנד.
2אונדזער נחלה איז איבערגעגאַנגען צו פֿרעמדע,
אונדזערע הײַזער צו אַנדערע.
3מיר זײַנען יתומים געװאָרן אָן אַ פֿאָטער,
אונדזערע מוטערס װי אַלמנות.
4אונדזער װאַסער טרינקען מיר פֿאַר געלט,
אונדזער האָלץ קומט אונדז אָן פֿאַר געצאָלט.
5אױף אונדזער נאַקן װערן מיר געיאָגט,
מיר זײַנען מיד, און אונדז װערט נישט באַרוט.
6צו מִצרַיִם האָבן מיר אַ האַנט אױסגעשטרעקט,
צו אשור – זיך מיט ברױט צו זעטן.
7אונדזערע עלטערן האָבן געזינדיקט, און זײַנען מער נישטאָ,
און מיר טראָגן זײערע פֿאַרברעכן.
8קנעכט געװעלטיקן איבער אונדז,
נישטאָ קײן אױסלײזער פֿון זײער האַנט.
9מיט [אײַנשטעלן] אונדזער לעבן קריגן מיר אונדזער ברױט,
פֿון װעגן דער שװערד פֿון מדבר.
10אונדזער הױט גליט װי אַן אױװן,
פֿון װעגן די ברענונגען פֿון הונגער.
11װײַבער האָט מען געפּײַניקט אין צִיוֹן,
יונגפֿרױען אין די שטעט פֿון יהוּדה.
12האַרן זײַנען געהאַנגען געװאָרן פֿון זײער האַנט;
פּנימער פֿון זקנים זײַנען נישט געשױנט געװאָרן.
13יונגעלײַט האָבן מילשטײנער געטראָגן,
און ייִנגלעך האָבן אונטער האָלץ געשטרױכלט.
14זקנים האָבן פֿון טױער אױפֿגעהערט,
יונגעלײַט פֿון זײער געזאַנג.
15אױפֿגעהערט האָט די פֿרײד פֿון אונדזער האַרצן,
פֿאַרקערט איז אין טרױער אונדזער טאַנץ.
16געפֿאַלן איז די קרױן פֿון אונדזער קאָפּ;
װײ אונדז! װאָרעם מיר האָבן געזינדיקט.
17דערפֿאַר איז קראַנק אונדזער האַרץ,
איבער דעם זײַנען פֿינצטער אונדזערע אױגן:
18איבער דעם באַרג צִיוֹן װאָס איז װיסט –
פֿיקס גײען אום אױף אים.
19דו, ה׳, טראָנסט אײביק,
דײַן טראָן[1] איז אױף דור-דורות,
20פֿאַר װאָס פֿאַרגעסטו אונדז אױף שטענדיק,
פֿאַרלאָזט אונדז אױף לאַנגע טעג?
21קער אונדז אום צו דיר, ה׳,
און לאָמיר זיך אומקערן;
באַנײַ אונדזערע טעג װי אַמאָל;
22װאָרעם אױב פֿאַראַכטן האָסטו אונדז פֿאַראַכט,
האָסטו אָבער געצערנט אױף אונדז ביז גאָר.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Lamentations 4Ecclesiastes 1 ►