AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 15
◄ Ezekiel 14
Ezekiel 15
יחֶזקֵאל 15
Ezekiel 16 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, װאָס איז דער װײַנשטאָק מער פֿון איטלעכן בױם – דער װײַנצװײַג װאָס איז צװישן די װאַלדבײמער? 3צי װערט פֿון אים האָלץ גענומען אױף צו מאַכן אַן אַרבעט? אָדער נעמט פֿון אים אַ פֿלעקל צו הענגען אַ שום כּלי דערױף? 4הײַנט אַז ער איז צום פֿײַער פֿאַר אַ שפּײַז געגעבן געװאָרן, אַז זײַנע בײדע עקן האָט אָפּגעגעסן דאָס פֿײַער, און זײַן מיטן איז צוגעברענט געװאָרן, קען ער דען טױגן אױף אַן אַרבעט? 5זע, אַז ער איז גאַנץ געװען, האָט ער נישט געקענט פֿאַרטאָן װערן אױף אַן אַרבעט, הײַנט װי שױן אַז דאָס פֿײַער האָט אים אַרומגעגעסן, און ער איז צוגעברענט געװאָרן, קען ער דען נאָך פֿאַרטאָן װערן אױף אַן אַרבעט? 6דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: אַזױ װי דער װײַנשטאָק צװישן די װאַלדבײמער, װאָס איך האָב אים געגעבן צום פֿײַער פֿאַר אַ שפּײַז, אַזױ גיב איך די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם. 7און איך װעל קערן מײַן פּנים אַקעגן זײ; פֿון פֿײַער זײַנען זײ אַרױס, און דאָס פֿײַער װעט זײ פֿאַרצערן; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך טו מײַן פּנים אַקעגן זײ. 8און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסטעניש, װײַל זײ האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 14Ezekiel 16 ►