1טו מיר רעכט, אלֹקים,
און קריג מײַן קריג קעגן פֿאָלק אומדערבאַרעמדיק;
פֿון דעם מאַן פֿון באַטרוג און אומרעכט
זאָלסטו מיך מאַכן אַנטרינען.
2דו ביסט דאָך דער אלֹקים פֿון מײַן שטאַרקײט,
פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן?
פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײן
פֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?
3שיק דײַן ליכט און דײַן אמת,
זײ זאָלן מיך פֿירן;
זײ זאָלן מיך ברענגען צו דײַן הײליקן באַרג,
און צו די װױנונגען דײַנע.
4און לאָמיך קומען צום מזבח פֿון אלֹקים,
צו אֵל, דער פֿרײד פֿון מײַן לוסטיקײט;
און לאָמיך דיך לױבן אױף אַ האַרף,
אלֹקים מײַן ג-ט.
5װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל,
און װאָס טוסטו ברומען אין מיר?
האָף צו אלֹקים, װאָרעם איך װעל אים נאָך לױבן –
די הילף פֿון מײַן פּנים, און מײַן ג-ט.