AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Genesis 50
◄ Genesis 49
Genesis 50
בְּרֵאשִׁית 50
Exodus 1 ►

1און יוֹסף איז געפֿאַלן אױף זײַן פֿאָטערס פּנים, און ער האָט געװײנט איבער אים, און האָט אים געקושט. 2און יוֹסף האָט באַפֿױלן זײַנע קנעכט די רופֿאים {רפא}[1] אײַנצובאַלזאַמירן זײַן פֿאָטער; און די רופֿאים האָבן אײַנגעבאַלזאַמירט יִשׂרָאֵלן. 3און עס זײַנען דערפֿילט געװאָרן איבער אים פֿערציק טעג, װאָרעם אַזױ פֿיל טעג מוזן דערפֿילט װערן בײַם אײַנבאַלזאַמירן. און די מִצרַיִם האָבן אים באַװײנט זיבעציק טעג.

4און אַז די טעג פֿון זײַן באַװײנונג זײַנען אַריבער, האָט יוֹסף גערעדט צו פַּרעהס הױז, אַזױ צו זאָגן: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין אײַערע אױגן, רעדט, איך בעט אײַך, אין די אױערן פֿון פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: 5מײַן פֿאָטער האָט מיך באַשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: זע, איך שטאַרב; אין מײַן קבֿר[2] {קֶבֶר}[3] װאָס איך האָב מיר געגראָבן אין לאַנד כּנַעַן, דאָרטן זאָלסטו מיך באַגראָבן. און אַצונד, לאָמיך אַרױפֿגײן, איך בעט דיך, און באַגראָבן מײַן פֿאָטער, און זיך אומקערן.

6האָט פַּרעה געזאָגט: גײ אַרױף, און באַגראָב דײַן פֿאָטער, אַזױ װי ער האָט דיך באַשװאָרן. 7איז יוֹסף אַרױפֿגעגאַנגען צו באַגראָבן זײַן פֿאָטער, און מיט אים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אַלע קנעכט פֿון פַּרעהן, די עלטסטע פֿון זײַן הױז, און אַלע עלטסטע פֿון לאַנד מִצרַיִם, 8און דאָס גאַנצע הױזגעזינט פֿון יוֹספֿן, און זײַנע ברידער, און זײַן פֿאָטערס הױזגעזינט; בלױז זײערע קלײנע קינדער, און זײערע שאָף און זײערע רינדער, האָבן זײ איבערגעלאָזן אין לאַנד גוֹשֶן. 9אױך רײַטער און רײַטװעגן זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים, און די מחנה איז געװען זײער גרױס.

10און זײ זײַנען געקומען ביז דעם דרעש-שײַער פֿון אָטָד װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, און האָבן דאָרטן געקלאָגט זײער אַ גרױסע און שװערע קלאָג; און ער האָט געמאַכט אַ טרױער אױף זײַן פֿאָטער זיבן טעג.

11און דער באַװױנער פֿון לאַנד, דער כּנַעֲני, האָט געזען דעם טרױער בײַ דעם דרעש-שײַער פֿון אָטָד, און זײ האָבן געזאָגט: אַ שװערער טרױער איז דאָס בײַ מִצרַיִם. דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון אָבֿל-מִצרַיִם, װאָס אױף יענער זײַט יַרדן.

12און זײַנע זין האָבן געטאָן צו אים אַזױ װי ער האָט זײ באַפֿױלן. 13און זײַנע זין האָבן אים אַװעקגעטראָגן קײן לאַנד כּנַעַן, און האָבן אים באַגראָבן אין דער הײל פֿון דעם פֿעלד פֿון מַכפֵּלָה, װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט מיטן פֿעלד, פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום, פֿון עֶפֿרוֹן דעם חִתּי, פֿאַר מַמרֵא.

14און יוֹסף האָט זיך אומגעקערט קײן מִצרַיִם, נאָכדעם װי ער האָט באַגראָבן זײַן פֿאָטער, ער און זײַנע ברידער, און אַלע װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים צו באַגראָבן זײַן פֿאָטער.

15און װי יוֹספֿס ברידער האָבן געזען אַז זײער פֿאָטער איז טױט, אַזױ האָבן זײ געזאָגט: אפֿשר װעט אונדז יוֹסף טראָגן אַ שׂינאה, און אומקערן װעט ער אונדז אומקערן אַל דאָס שלעכטס װאָס מיר האָבן אים געטאָן. 16און זײ האָבן געהײסן זאָגן יוֹספֿן: דײַן פֿאָטער האָט באַפֿױלן פֿאַר זײַן טױט,[4] אַזױ צו זאָגן: 17אַזױ זאָלט איר זאָגן צו יוֹספֿן: פֿאַרגיב, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַנע ברידער און זײער חטא, װאָס זײ האָבן דיר שלעכטס געטאָן. און אַצונד, פֿאַרגיב, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון די קנעכט פֿון דײַן פֿאָטערס ג-ט. און יוֹסף האָט געװײנט אַז מע האָט צו אים גערעדט.

18און זײַנע ברידער זײַנען אױך געגאַנגען און זײַנען אַנידערגעפֿאַלן פֿאַר אים, און האָבן געזאָגט: זע, מיר זײַנען דײַנע קנעכט. 19האָט יוֹסף צו זײ געזאָגט: איר זאָלט נישט מורא האָבן; בין איך דען אױף דעם אָרט פֿון אלֹקים? 20װאָרעם איר האָט געמײנט אַ רעה פֿאַר מיר, אָבער אלֹקים האָט עס געמײנט פֿאַר אַ טוֹבֿה, כּדי צו מאַכן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג, צו דערהאַלטן בײַם לעבן אַ סך פֿאָלק. 21און אַצונד, זאָלט איר נישט מורא האָבן; איך װעל אױסהאַלטן אײַך און אײַערע געזינטן. און ער האָט זײ געטרײסט, און זײ גערעדט צום האַרצן.

22און יוֹסף איז געבליבן אין מִצרַיִם, ער און זײַן פֿאָטערס הױזגעזינט; און יוֹסף האָט געלעבט הונדערט און צען יאָר. 23און יוֹסף האָט געזען פֿון אפֿרימען אוראײניקלעך; אױך די קינדער פֿון מָכיר, מנַשֶהס זון, זײַנען געבאָרן געװאָרן אױף יוֹספֿס קני.

24און יוֹסף האָט געזאָגט צו זײַנע ברידער: איך שטאַרב; אָבער דערמאָנען װעט זיך אלֹקים דערמאָנען אָן אײַך, און ער װעט אײַך אױפֿברענגען פֿון דעם היגן לאַנד צו דעם לאַנד װאָס ער האָט צוגעשװאָרן אבֿרהמען, יִצחָקן, און יעקבֿן. 25און יוֹסף האָט באַשװאָרן די זין פֿון יִשׂרָאֵלן, אַזױ צו זאָגן: דערמאָנען װעט זיך אלֹקים דערמאָנען אָן אײַך; זאָלט איר אױפֿברענגען מײַנע בײנער פֿון דאַנען.

26און יוֹסף איז געשטאָרבן צו הונדערט און צען יאָר. און מע האָט אים אײַנגעבאַלזאַמירט, און ער איז אַרײַנגעטאָן געװאָרן אין אַן אָרון אין מִצרַיִם.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteActs 3 →

1און פעטרוס און יוחנן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין אין דער שעה פון תפילה, דער ניינטער. 2און א מאן, א לאמען פון זיין מוטערס לייב, האט מען געברענגט צו טראגן, וועלכן מען פלעגט אנידערזעצן יעדן טאג ביים טויער פון בית המקדש, וואס האט געהייסן שער המהודר, צו בעטן נדבות פון די, וואס זענען אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין. 3דערזעענדיק פעטרוסן און יוחנן, וועלכע האבן געהאלטן ביים אריינגיין אין בית המקדש, האט ער (זיי) געבעטן א נדבה. 4פעטרוס אבער האט אויף אים א בליק געטאן מיט יוחנן און געזאגט: קוק אויף אונדז. 5און ער האט געווענדט זיין פנים צו זיי, האפנדיק עפעס פון זיי צו באקומען. 6פעטרוס אבער האט געזאגט: זילבער און גאלד האב איך נישט, נאר וואס איך האב יא, דאס גיב איך דיר. אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, שטיי אויף און גיי. 7און ער האט אים אנגעכאפט ביי דער רעכטער האנט און אים אויפגעשטעלט; און אין אן אויגנבליק זענען זיינע פיס און קנעכלעך געשטארקט געווארן. 8און ער איז אויפגעשפרונגען און האט זיך אנידערגעשטעלט, און איז ארומגעגאנגען; און איז אריינגעגאנגען מיט זיי אין בית המקדש אריין, ארומגייענדיק און שפרינגענדיק און לויבנדיק ה׳. 9און דאס גאנצע פאלק האט אים געזען ארומגיין און לויבן ה׳. 10און מען האט אים דערקענט, אז דאס איז דער, וואס פלעגט זיצן אויף נדבות ביים שער המהודר פון בית המקדש, און זיי זענען פול געווארן מיט שטוינען און פארוואונדערונג איבער דעם, וואס איז אים געשען.

11און בשעת ער האט זיך געהאלטן צו פעטרוסן און יוחנן, איז דער גאנצער עולם זיך צוזאמענגעלאפן צו זיי צו דעם פאליש, וואס האט געהייסן אולם של שלמה, אויסער זיך פון שטוינען. 12און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין? 13דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען. 14איר אבער האט פארלייקנט דעם קדוש און צדיק, און פארלאנגט אז א מאן א רוצח זאל אייך באגנעדיקט ווערן, 15און האט געטייט דעם שר החיים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, פון וואס מיר זענען עדות. 16און דורך דער אמונה אין זיין נאמען, האט זיין נאמען געשטארקט דעם דאזיקן, וואס איר זעט (דא) און קענט; און דער גלויבן, וואס איז דורך אים, האט אים געגעבן די פולע געזונטהייט פאר אייך אלעמען. 17און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים. 18אבער ה׳ האט אויף אזא אופן דערפילט, וואס ער האט פארויסגעזאגט דורך דעם מויל פון אלע נביאים, אז זיין משיח וועט ליידן. 19דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן, 20אז עס זאלן קומען צייטן פון דערקוויקונג פון דעם פנים פון דעם האר, און אז ער זאל אייך שיקן דעם פארויסבאשטימטן משיח יהושע/ישוע, 21וועמען דער הימל מוז אויפנעמען ביז צו דער צייט, ווען אלץ וועט צוריקגעשטעלט ווערן, פון וועלכן ה׳ האט גערעדט פון אייביק אָן דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים. 22ווארום משה (רבינו) האט געזאגט:

א נביא, גלייך צו מיר, וועט דער האר ג‑ט אויפשטעלן צו אייך, פון צווישן אייערע ברידער; אים זאלט איר הערן לויט אלעם, וואס ער וועט צו אייך רעדן; 23און עס וועט זיין, אז יעדעס נפש, וואס וועט יענעם נביא נישט הערן, זאל פארטיליקט ווערן פון דעם פאלק.

(דברים יח, טו, יט.)

24און אלע נביאים פון שמואל אָן און די, וואס זענען געווען נאך אים, וואס האבן גערעדט, האבן אויך אנגעזאגט די דאזיקע טעג. 25איר זענט די קינדער פון די נביאים, און פון דעם בונד (ברית), וואס ה׳ האט געמאכט מיט אייערע אבות, ווען ער האט געזאגט צו אברהמען:

און דורך דיין זאמען וועלן געבענטשט ווערן
אלע משפחות פון דער ערד.
(בראשית כב, יח.)

26צו אייך קודם כל האט ה׳ אויפגעשטעלט זיין קנעכט און אים געשיקט אייך צו בענטשן, ווען יעדער איינער פון אייך וועט זיך אוועקקערן פון זיינע (מעשים) רעים.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Genesis 49Exodus 1 ►