AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Genesis 43
◄ Genesis 42
Genesis 43
בְּרֵאשִׁית 43
Genesis 44 ►

1און דער הונגער איז געװען שװער אין לאַנד. 2און עס איז געװען, אַז זײ האָבן אױפֿגעגעסן די תּבֿואה, װאָס זײ האָבן געבראַכט פֿון מִצרַיִם, האָט זײער פֿאָטער צו זײ געזאָגט: גײט װידער, קױפֿט אונדז אַ ביסל שפּײַז.

3האָט יהוּדה געזאָגט צו אים, אַזױ צו זאָגן: װאָרענען האָט אונדז געװאָרנט דער מאַן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט מײַן פּנים נישט זען, אױב אײַער ברודער איז נישט מיט אײַך. 4אױב דו שיקסט אונדזער ברודער מיט אונדז, װעלן מיר אַראָפּנידערן, און װעלן דיר אײַנקױפֿן שפּײַז. 5אױב אָבער דו שיקסט נישט, װעלן מיר נישט אַראָפּנידערן, װאָרעם דער מאַן האָט אונדז אָנגעזאָגט: איר זאָלט מײַן פּנים נישט זען, אױב אײַער ברודער איז נישט מיט אײַך.

6האָט יִשׂרָאֵל געזאָגט: נאָך װאָס האָט איר מיר געטאָן די רעה, צו זאָגן דעם מאַן, אַז איר האָט נאָך אַ ברודער?

7האָבן זײ געזאָגט: דער מאַן האָט זיך פֿונאַנדערגעפֿרעגט װעגן אונדז, און װעגן אונדזער משפּחה, אַזױ צו זאָגן: לעבט נאָך אײַער פֿאָטער? האָט איר נאָך אַ ברודער? און מיר האָבן אים דערצײלט לױט די דאָזיקע װערטער. זאָלן מיר גאָר װיסן, אַז ער װעט זאָגן: ברענגט אַראָפּ אײַער ברודער? 8און יהוּדה האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער יִשׂרָאֵל: שיק דעם ייִנגל מיט מיר, און מיר װעלן אױפֿשטײן און װעלן גײן, כּדי מיר זאָלן לעבן און נישט שטאַרבן, אי מיר, אי דו, אי אונדזערע קלײנע קינדער. 9איך בין עָרבֿ פֿאַר אים, פֿון מײַן האַנט זאָלסטו אים מאָנען; אױב איך װעל דיר אים נישט ברענגען און אים אַװעקשטעלן פֿאַר דיר, זאָל איך זײַן אַ פֿאַרזינדיקטער צו דיר אַלע טעג. 10װאָרעם אַז מיר װאָלטן זיך נישט אױפֿגעהאַלטן, װאָלטן מיר שױן אַצונד זיך געהאַט אומגעקערט צום צװײטן מאָל.

11האָט זײער פֿאָטער יִשׂרָאֵל צו זײ געזאָגט: אױב שױן יאָ אַזױ, טוט אָט-װאָס: נעמט פֿון די בעסטע פֿרוכטן פֿון לאַנד אין אײַערע כּלים, און ברענגט אַראָפּ צו דעם מאַן אַ מתּנה, אַ ביסל באַלזאַם, און אַ ביסל האָניק, געװירץ, און לאַדאַן, ניס, און מאַנדלען. 12און טאָפּל געלט נעמט מיט אין אײַער האַנט; און דאָס געלט װאָס איז אומגעקערט געװאָרן אין מױל פֿון אײַערע זעק, זאָלט איר אומקערן מיט אײַער האַנט; אפֿשר איז דאָס געװען אַ פֿאַרזע. 13און נעמט אײַער ברודער, און שטײט אױף, גײט װידער צו דעם מאַן. 14און אֵל שַדַי װעט אײַך געבן דערבאַרעמונג בײַ דעם מאַן, און ער װעט אײַך אַװעקלאָזן אײַער אַנדער ברודער און בנימינען; און איך, אױב איך מוז אָנװערן מײַנע קינדער, װעל איך אָנװערן.

15האָבן די מענער גענומען די דאָזיקע מתּנה, און טאָפּל געלט האָבן זײ מיטגענומען אין זײער האַנט, און בנימינען, און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן גענידערט קײן מִצרַיִם, און האָבן זיך געשטעלט פֿאַר יוֹספֿן.

16און װי יוֹסף האָט דערזען בנימינען מיט זײ, אַזױ האָט ער געזאָגט צו דעם װאָס איבער זײַן הױז: ברענג אַרײַן די מענטשן אין הױז, און שעכט אַ שעכטונג, און גרײט צו, װאָרעם די מענטשן װעלן עסן מיט מיר צו מיטאָג. 17האָט דער מאַן געטאָן אַזױ װי יוֹסף האָט געהײסן, און דער מאַן האָט אַרײַנגעבראַכט די מענער אין יוֹספֿס הױז.

18און די מענער האָבן מורא געהאַט, װײַל זײ זײַנען אַרײַנגעבראַכט געװאָרן אין יוֹספֿס הױז, און זײ האָבן געזאָגט: פֿון װעגן דעם געלט װאָס איז אומגעקערט געװאָרן אין אונדזערע זעק דאָס ערשטע מאָל, װערן מיר אַרײַנגעבראַכט, כּדי זיך אַרױפֿצוּװאַרפֿן אױף אונדז, און אָנפֿאַלן אױף אונדז, און אונדז נעמען פֿאַר קנעכט מיט אונדזערע אײזלען.

19האָבן זײ גענענט צו דעם מאַן װאָס איבער יוֹספֿס הױז, און האָבן גערעדט צו אים אין אײַנגאַנג פֿון הױז. 20און זײ האָבן געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, מיר האָבן אַראָפּגענידערט דאָס ערשטע מאָל צו קױפֿן שפּײַז. 21און עס איז געװען, אַז מיר זײַנען געקומען צום האַרבעריק, און האָבן געעפֿנט אונדזערע זעק, ערשט איטלעכנס געלט איז אין מױל פֿון זײַן זאַק, אונדזער געלט אין זײַן פֿולער װאָג; האָבן מיר עס אָפּגעבראַכט אין אונדזער האַנט. 22און נאָך אַנדער געלט האָבן מיר אַראָפּגעבראַכט אין אונדזער האַנט, צו קױפֿן שפּײַז. מיר װײסן נישט װער עס האָט אַרײַנגעטאָן אונדזער געלט אין אונדזערע זעק.

23האָט ער געזאָגט: פֿריד צו אײַך! איר זאָלט נישט מורא האָבן; אלוקיכם, און דער ג-ט פֿון אײַער פֿאָטער, האָט אײַך געשאָנקען אַן אוֹצר אין אײַערע זעק; אײַער געלט איז מיר אַרײַנגעקומען. און ער האָט אַרױסגעבראַכט צו זײ שמעונען.

24און דער מאַן האָט אַרײַנגעבראַכט די מענער אין יוֹספֿס הױז, און ער האָט געגעבן װאַסער, און זײ האָבן געװאַשן זײערע פֿיס; און ער האָט געגעבן פֿוטער פֿאַר זײערע אײזלען. 25און זײ האָבן צוגעגרײט די מתּנה אײדער יוֹסף װעט קומען אום מיטאָג, װאָרעם זײ האָבן געהערט אַז דאָרטן װעלן זײ עסן ברױט.

26און װי יוֹסף איז געקומען אין הױז, אַזױ האָבן זײ אַרײַנגעבראַכט צו אים אין הױז די מתּנה װאָס אין זײער האַנט, און זײ האָבן זיך געבוקט פֿאַר אים צו דער ערד. 27און ער האָט זײ געפֿרעגט אױף פֿריד, און ער האָט צו זײ געזאָגט: איז פֿריד צו אײַער אַלטן פֿאָטער, װאָס איר האָט פֿון אים דערצײלט? לעבט ער נאָך? 28האָבן זײ געזאָגט: פֿריד איז צו דײַן קנעכט אונדזער פֿאָטער, ער לעבט נאָך. און זײ האָבן זיך גענײגט און זיך געבוקט.

29האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען זײַן ברודער בנימינען, זײַן מוטערס זון, און ער האָט געזאָגט: איז דאָס אײַער ייִנגסטער ברודער, װאָס איר האָט מיר פֿון אים דערצײלט? און ער האָט געזאָגט: זאָל דיך אלֹקים לײַטזעליקן, מײַן זון.

30און יוֹסף האָט זיך געאײַלט, װאָרעם זײַן האַרץ האָט אים פֿאַרקלעמט אױף זײַן ברודער, און ער האָט זיך געװאָלט פֿונאַנדערװײנען; איז ער אַרײַן אין קאַמער, און האָט דאָרטן געװײנט. 31און ער האָט אָפּגעװאַשן זײַן פּנים, און איז אַרױסגעגאַנגען; און ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן און האָט געזאָגט: לײגט ברױט.

32האָט מען געלײגט פֿאַר אים באַזונדער, און פֿאַר זײ באַזונדער, און פֿאַר די מִצרַיִם װאָס האָבן געגעסן בײַ אים, באַזונדער, װאָרעם די מִצרַיִם קענען נישט עסן ברױט מיט די עִבֿרים, װײַל דאָס איז אַן אומװערדיקײט בײַ די מִצרַיִם.

33און זײ זײַנען אױסגעזעצט געװאָרן פֿאַר אים, דער בכוֹר לױט זײַן בכוֹרהשאַפֿט, און דער ייִנגערער לױט זײַן יונגקײט; און די מענטשן האָבן זיך געװוּנדערט צװישן אײנאַנדער. 34און ער האָט זײ געלאָזט צוטראָגן חלקים פֿון פֿאַר אים, און בנימינס חלק איז געװען פֿינף מאָל אַזױ פֿיל װי זײער איטלעכנס חלק. און זײ האָבן געטרונקען און זיך אָנגעטרונקען מיט אים.

Brit Chadasha FootnoteJohn 20 →

1און דעם ערשטן טאג פון דער וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר. 2לויפט זי דעריבער און קומט צו שמעון פעטרוסן און צום אנדערן תלמיד, וועמען יהושע/ישוע האט ליב געהאט, און זאגט צו זיי: מען האט אוועקגענומען דעם האר פון דעם קבר ארויס, און מיר ווייסן נישט, וואו מען האט אים געלייגט. 3און פעטרוס איז ארויסגעגאנגען און דער אנדערער תלמיד, און זענען אוועק צום קבר. 4און ביידע זענען געלאפן צוזאמען; און דער אנדערער תלמיד איז געלאפן פארויס, גיכער ווי פעטרוס און איז דער ערשטער אנגעקומען צום קבר. 5און איינבייגנדיק זיך, האט ער געזען די תכריכים ליגן; ער איז אבער נישט אריינגעגאנגען. 6דאן קומט אויך שמעון פעטרוס, נאכפאלגנדיק אים, און איז אריינגעגאנגען אין קבר אריין; און זעט די תכריכים ליגן, 7און דאס טיכל (מצנפת), וואס איז געווען אויף זיין קאפ, איז נישט געלעגן צוזאמען מיט די תכריכים, נאר באזונדער צונויפגעוויקלט אויף איין ארט. 8און דעמאלט איז אויך דער אנדערער תלמיד אריינגעגאנגען, ער, וואס איז געקומען דער ערשטער צום קבר, און האט געזען און געגלויבט. 9ווארום זיי האבן נאך נישט פארשטאנען די שריפט, אז ער מוז אויפשטיין פון די טויטע. 10און די תלמידים זענען ווידער אוועק צו זיך אהיים.

11מרים אבער איז געשטאנען אינדרויסן ביים קבר וויינענדיק; און בשעת זי האט געוויינט, האט זי זיך אראפגעבויגן צום קבר, 12און זעט צוויי מלאכים אין ווייסן זיצן, איינעם צוקאפנס און איינעם צופוסנס, וואו ישועס גוף איז געלעגן. 13און יענע זאגן צו איר: אשה, וואס וויינסטו? זאגט זי צו זיי: ווייל מען האט אוועקגענומען דעם האר מיינעם, און איך ווייס נישט, וואו מען האט אים געלייגט. 14דאס זאגנדיק, האט זי זיך אויסגעדרייט הינטער זיך, און זעט יהושען/ישוען שטיין, און האט נישט געוואוסט, אז עס איז יהושע/ישוע. 15זאגט יהושע/ישוע צו איר: אשה, וואס וויינסטו? וועמען זוכסטו? און מיינענדיק, אז ער איז דער גערטנער, זאגט זי צו אים: האר, אויב דו האסט אים אוועקגעטראגן, זאג מיר, וואו דו האסט אים געלייגט, און איך וועל אים אוועקנעמען. 16זאגט יהושע/ישוע צו איר: מרים! זי האט זיך אויסגעדרייט און זאגט צו אים: אויף לשון קודש: רבוני! (דאס הייסט לערער!) 17זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט. 18קומט מרים פון מגדלה און דערציילט די תלמידים, אז זי האט געזען דעם האר, און דאס האט ער איר געזאגט.

19און אין יענעם טאג אין אוונט, דעם ערשטן פון דער וואך, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, וואו די תלמידים האבן זיך געפונען, אויס מורא פאר די יידן, איז יהושע/ישוע געקומען און האט זיך געשטעלט אין דער מיט, און זאגט צו זיי: שלום עליכם! 20און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די זייט. און די תלמידים האבן זיך געפריידט, זעענדיק דעם האר. 21און יהושע/ישוע האט ווידער צו זיי געזאגט: שלום עליכם! ווי דער פאטער האט מיך געשיקט, אזוי שיק איך אייך. 22און דאס זאגנדיק, האט ער אויף זיי געאטעמט, און זאגט צו זיי; זייט מקבל דעם רוח הקודש! 23וועמען איר וועט מוחל זיין די זינד, וועט עס זיי זיין פארגעבן געווארן; וועמען איר וועט צוריקהאלטן, וועלן זיי זיין צוריקגעהאלטן.

24אבער תומא, איינער פון די צוועלף, וועמען מען האט גערופן דידומאס, איז נישט געווען צוזאמען מיט זיי, ווען יהושע/ישוע איז געקומען. 25האבן די אנדערע תלמידים דעריבער געזאגט צו אים: מיר האבן געזען דעם האר! ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויב איך וועל נישט זען דעם צייכן פון די נעגל אין זיינע הענט, און אריינשטעקן מיין פינגער אויף דעם ארט פון די נעגל, און אריינטאן מיין האנט אין זיין זייט, וועל איך בשום אופן נישט גלויבן!

26און אין אכט טעג ארום זענען זיינע תלמידים ווידער געווען אינעווייניק (אינם הויז), און תומא איז געווען מיט זיי. קומט יהושע/ישוע, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, און האט זיך געשטעלט אין דער מיט און געזאגט: שלום עליכם! 27דאן זאגט ער צו תומא: שטרעק אויס דיין פינגער אהער און זע מיינע הענט; און שטרעק אויס דיין האנט און טו זי אריין אין מיין זייט, און זיי נישט אומגלויביק, נאר זיי א מאמין! 28האט תומא געענטפערט און געזאגט צו אים: מיין האר און מיין ג‑ט! 29זאגט יהושע/ישוע צו אים: ווייל דו האסט מיך געזען, גלויבסטו? וואויל איז די, וואס האבן נישט געזען און גלויבן דאך!

30און נאך א סך אנדערע נסים האט יהושע/ישוע געטאן פאר זיינע תלמידים, וואס שטייען נישט געשריבן אין דעם דאזיקן ספר. 31און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Genesis 42Genesis 44 ►