1פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור; אַ ליד.
1 זײַן גרונטפֿעסט איז אױף די הײליקע בערג.
2ה׳ האָט ליב די טױערן פֿון צִיוֹן
מער פֿון אַלע װױנונגען פֿון יעקבֿ.
3פּראַכטיקס װערט גערעדט פֿון דיר,
דו שטאָט פֿון אלֹקים.
סֶלָה.
4איך דערמאָן רַהַבֿ און בָבֿל פֿאַר מײַנע באַקענטע;
אָט איז פּלֶשֶת, און צוֹר מיט כּוּש:
דער דאָזיקער איז אין איר געבאָרן געװאָרן.
5אָבער פֿון צִיוֹן װערט געזאָגט:
דער און יענער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן,
און דער עליון אַלײן באַפֿעסטיקט זי.
6ה׳ צײלט בײַם פֿאַרשרײַבן די פֿעלקער:
דער דאָזיקער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן.
סֶלָה.
7יאָ, אַזױ װי די זינגער װי אַזױ אױך די טענצער זאָגן;
אַלע מײַנע ברונעם זענען אין דיר צִיוֹן.