AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Exodus 7
◄ Exodus 6
Exodus 7
שְמוֹת 7
Exodus 8 ►

1האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: זע, איך האָב דיך געמאַכט װי אַ ג-ט צו פַּרעהן, און אַהרֹן דײַן ברודער װעט זײַן דײַן נבֿיא. 2דו װעסט רעדן אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן, און אַהרֹן דײַן ברודער װעט רעדן צו פַּרעהן, ער זאָל אַװעקלאָזן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון זײַן לאַנד. 3און איך װעל האַרט מאַכן פַּרעהס האַרץ, און װעל מערן מײַנע צײכנס און מײַנע װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם. 4אָבער פַּרעה װעט נישט צוהערן צו אײַך, און איך װעל אַרױפֿטאָן מײַן האַנט אױף מִצרַיִם, און װעל אַרױסציען מײַנע מחנות, מײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון לאַנד מִצרַיִם, מיט גרױסע משפּטים. 5און די מִצרַיִם װעלן װיסן, אַז איך בין ה׳, װען איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף מִצרַיִם, און װעל אַרױסציען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון צװישן זײ.

6האָבן משה און אַהרֹן אַזױ געטאָן; אַזױ װי ה׳ האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ האָבן זײ געטאָן. 7און משה איז געװען אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר, און אַהרֹן אַ מאַן פֿון דרײַ און אַכציק יאָר, װען זײ האָבן גערעדט צו פַּרעהן.

8און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: 9אַז פַּרעה װעט רעדן צו אײַך, אַזױ צו זאָגן: גיט פֿון אײַך אַ װוּנדער; זאָלסטו זאָגן צו אַהרֹנען: נעם דײַן שטעקן, און טו אַ װאָרף פֿאַר פַּרעהן, װעט ער װערן אַ שלאַנג. 10זײַנען משה און אַהרֹן געקומען צו פַּרעהן, און זײ האָבן אַזױ געטאָן, װי ה׳ האָט באַפֿױלן; און אַהרֹן האָט אַ װאָרף געטאָן זײַן שטעקן פֿאַר פַּרעהן, און פֿאַר זײַנע קנעכט, און ער איז געװאָרן אַ שלאַנג.

11האָט אױך פַּרעה גערופֿן די חכמים און די מכַשפֿים, און אױך זײ, די חַרטומים פֿון מִצרַיִם, האָבן געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן. 12און זײ האָבן אַ װאָרף געטאָן איטלעכער זײַן שטעקן, און זײ זײַנען געװאָרן שלאַנגען; אָבער אַהרֹנס שטעקן האָט אײַנגעשלונגען זײערע שטעקנס. 13און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט נישט צוגעהערט צו זײ, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.

14און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: פַּרעהס האַרץ איז האַרט, ער װיל נישט אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק. 15גײ צו פַּרעהן אין דער פֿרי; זע, ער גײט אַרױס צום װאַסער, װעסטו זיך שטעלן אים אַנטקעגן, בײַם ברעג טײַך, און דעם שטעקן װאָס איז פֿאַרקערט געװאָרן אין אַ שלאַנג, זאָלסטו נעמען אין דײַן האַנט. 16און זאָלסט זאָגן צו אים: ה׳, דער ג-ט פֿון די עִבֿרים, האָט מיך געשיקט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען[1] אין דער מדבר; און זע, האָסט נישט צוגעהערט ביז אַהער. 17האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: דערמיט װעסטו װיסן, אַז איך בין ה׳: זע, איך שלאָג מיט דעם שטעקן װאָס אין מײַן האַנט, אױפֿן װאַסער װאָס אין טײַך, און עס װעט פֿאַרקערט װערן אין בלוט. 18און די פֿיש װאָס אין טײַך װעלן אױסשטאַרבן, און דער טײַך װעט פֿאַרשטונקען װערן, און די מִצרַיִם װעלן זיך עקלען צו טרינקען װאַסער אױסן טײַך.

19און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: נעם דײַן שטעקן, און שטרעק אױס דײַן האַנט אױף די װאַסערן פֿון מִצרַיִם, אױף זײערע שטראָמען, אױף זײערע טײַכן, און אױף זײערע געמױזעכצן, און אױף אַלע זײערע אָנזאַמלונגען פֿון װאַסער, און זײ זאָלן װערן בלוט; און עס זאָל זײַן בלוט אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, סײַ אין הילצערנע כּלים, סײַ אין שטײנערנע.

20האָבן משה און אַהרֹן אַזױ געטאָן, װי ה׳ האָט באַפֿױלן. און ער האָט אױפֿגעהױבן דעם שטעקן, און האָט געשלאָגן דאָס װאַסער װאָס אין טײַך, פֿאַר די אױגן פֿון פַּרעהן, און פֿאַר די אױגן פֿון זײַנע קנעכט; און דאָס גאַנצע װאַסער װאָס אין טײַך איז פֿאַרקערט געװאָרן אין בלוט. 21און די פֿיש װאָס אין טײַך זײַנען אױסגעשטאָרבן, און דער טײַך איז פֿאַרשטונקען געװאָרן, און די מִצרַיִם האָבן נישט געקענט טרינקען װאַסער אױסן טײַך; און דאָס בלוט איז געװען אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם.

22האָבן די חַרטומים פֿון מִצרַיִם געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן; און פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט נישט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט. 23און פַּרעה האָט זיך אומגעקערט און איז אַרײַנגעגאַנגען אין זײַן הױז, און האָט אױך דאָס נישט גענומען צום האַרצן. 24און אַלע מִצרַיִם האָבן געגראָבן אַרום טײַך נאָך װאַסער צום טרינקען, װאָרעם זײ האָבן נישט געקענט טרינקען פֿון די װאַסערן פֿון טײַך. 25און עס זײַנען דערפֿילט געװאָרן זיבן טעג, נאָך דעם װי ה׳ האָט געשלאָגן דעם טײַך.

26 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: קום צו פַּרעהן, און זאָג צו אים: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. 27 און אױב דו װילסט זײ נישט אַװעקלאָזן, אָט פּלאָג איך דײַן גאַנצן גבֿול מיט פֿרעש. 28 און דער טײַך װעט װידמענען פֿרעש, און זײ װעלן אַרױפֿגײן, און װעלן קומען אין דײַן הױז, און אין דײַן שלאָפֿקאַמער, און אױף דײַן בעט, און אין הױז פֿון דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, און אין דײַנע אױװנס, און אין דײַנע מולטערס.

29 אי אױף דיר, אי אױף דײַן פֿאָלק, אי אױף אַלע דײַנע קנעכט, װעלן אַרױפֿגײן די פֿרעש.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 8 →

1און ווען ער האט געעפנט די זיבעטע חתימה, איז געווארן א שטילקייט אין הימל אן ערך א האלבע שעה. 2און איך האב געזען די זיבן מלאכים, וועלכע שטייען פאר ה׳; און עס איז זיי געגעבן געווארן זיבן שופרות.

3און אן אנדערער מלאך איז געקומען, און האט זיך אנידערגעשטעלט ביי דעם מזבח, האבנדיק א גאלדענע פייערפאן, און עס איז אים געגעבן געווארן קטורת א סך, כדי ער זאל עס מקריב זיין מיט די תפילות פון אלע קדושים אויף דעם גאלדענעם מזבח, וואס איז פאר דעם כסא הכבוד. 4און דער רויך פון דעם קטורת, מיט די תפילות פון די קדושים, איז ארויפגעשטיגן פאר ה׳ אויס דער האנט פון דעם מלאך. 5און דער מלאך האט גענומען די פייערפאן, און זי אנגעפילט מיט פייער פון דעם מזבח, און עס אראפגעווארפן אויף דער ערד; און עס זענען געקומען דונערן און קולות און בליצן און אן ערדציטערניש.

6און די זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן שופרות, האבן זיך צוגעגרייט צום בלאזן. 7און דער ערשטער האט געבלאזן, און עס איז געקומען האגל און פייער, אויסגעמישט מיט בלוט, און איז געווארפן געווארן אויף דער ערד; און א דריטל פון דער ערד איז פארברענט געווארן, און א דריטל פון די ביימער איז פארברענט געווארן, און יעדעס גרינע גרעזל איז פארברענט געווארן.

8און דער צווייטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז געווען ווי א גרויסער פייער פלאמענדיקער בארג וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין, און א דריטל פון דעם ים איז געווארן בלוט; 9און א דריטל פון די לעבעדיקע באשעפענישן אין ים איז אויסגעשטארבן; און א דריטל פון די שיפן איז צעשטערט געווארן.

10און דער דריטער מלאך האט געבלאזן, און עס איז אראפגעפאלן פון הימל א גרויסער שטערן, פלאקערנדיק ווי א פאקל, און איז געפאלן אויף א דריטל פון די טייכן און אויף די קוואלן וואסער; 11און דער נאמען פון דעם שטערן הייסט ווערמוט; און א דריטל פון די וואסערן איז געווארן ווערמוט; און א סך מענטשן זענען געשטארבן פון די וואסערן, ווייל זיי זענען געווען ביטער.

12און דער פערטער מלאך האט געבלאזן, און א דריטל פון דער זון איז געפלאגט געווארן, און א דריטל פון דער לבנה, און א דריטל פון די שטערן, כדי א דריטל פון זיי זאל זיך פארפינסטערן, און דער טאג זאל נישט שיינען זיין דריט חלק, און די נאכט אויך אזוי.

13און איך האב געזען, און געהערט אן אדלער, פליענדיק אינמיטן הימל, זאגן מיט א הויך קול: וויי! וויי! וויי צו די איינוואוינער אויף דער ערד, וועגן די איבריקע קולות פון דעם שופר פון די דריי מלאכים, וועלכע וועלן נאך בלאזן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Exodus 6Exodus 8 ►