1אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.
1 אלֹקים שטײט אין דער עדה פֿון אֵל,
אין דער מיטן פֿון די אלֹקים משפּט ער.
2ביז װאַנען װעט איר משפּטן אומגערעכט,
און שױנען דעם פּנים פֿון די רשעים?
סֶלָה.
3טוט רעכט דעם אָרעמאַן און דעם יתום,
דעם געדריקטן און דעם באַדערפֿטיקן מאַכט גערעכט.
4מאַכט אַנטרינען דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון,
פֿון דער האַנט פֿון די רשעים זײַט מציל.
5זײ װײסן נישט, און זײ פֿאַרשטײען נישט,
אין פֿינצטערניש גײען זײ אום;
אַלע גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד פֿאַלן אום.
6איך װאָלט געזאָגט, אלֹקים
[1] זײַט איר,
און זין פֿון דעם עליון (אױבערשטער) זײַט איר אַלע.
7אָבער אַזױ װי אַ מענטש װעט איר שטאַרבן,
און װי אײנער פֿון די האַרן װעט איר פֿאַלן.
8שטײ אױף, אלֹקים, משפּט די ערד,
װאָרעם אַלע פֿעלקער זײַנען דײַן אַרב.