AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 14
◄ Psalms 13
Psalms 14
תְּהִלִּים 14
Psalms 15 ►
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן.
1דער נאַר זאָגט אין זײַן האַרצן: נישטאָ קײן אלֹקים!
פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, אומװערדיק באַגײען זײ זיך,
קײנער טוט נישט קײן גוטס.
2ה׳ האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער,
צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט אלֹקים.
3איטלעכער איז אָפּגעקערט, אַלע זײַנען זײ פֿאַרדאָרבן,
קײנער טוט נישט קײן גוטס, נישט צו מאָל אײנער.[1]
4פֿאַר װאָר, דערשפּירן װעלן אַלע טוער פֿון אומרעכט,
די װאָס עסן מײַן פֿאָלק װי מע עסט ברױט,
די װאָס רופֿן נישט ה׳.
5אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט,
װאָרעם אלֹקים איז מיט דעם גערעכטן דור.
6די טראַכטונג פֿון אָרעמאַן מאַכט איר צו שאַנד,
אָבער ה׳ איז זײַן באַשיצונג.
7װען קומט פֿון צִיוֹן די ישועה פֿון יִשׂרָאֵל!
װען ה׳ קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון זײַן פֿאָלק,
װעט לוסטיק זײַן יעקבֿ, װעט זיך פֿרײען יִשׂרָאֵל.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 13Psalms 15 ►