1און עס איז געװען, װי יִרמיָהו האָט געענדיקט רעדן צום גאַנצן פֿאָלק אַלע װערטער פֿון ה׳ זײער ג-ט, מיט װאָס ה׳ זײער ג-ט האָט אים געשיקט צו זײ, אַלץ די דאָזיקער װערטער, 2אַזױ האָט גערעדט עַזַריָה דער זון פֿון הוֹשַעיָהן, און יוֹחָנָן דער זון פֿון קָרֵחַן, און אַלע מוטװיליקע לײַט, זאָגנדיק צו יִרמיָהון: ליגן זאָגסטו! נישט ה׳ אלוקינו האָט דיך געשיקט אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט קומען קײן מִצרַיִם צו װױנען דאָרטן; 3נײַערט ברוך דער זון פֿון נֵרִיָהן רעדט דיך אָן אױף אונדז, כּדי אונדז איבערצוגעבן אין דער האַנט פֿון די כַּשׂדים אונדז צו טײטן, אָדער אונדז צו פֿאַרטרײַבן קײן בָבֿל. 4און יוֹחָנָן דער זון פֿון קָרֵחַן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל, און דאָס גאַנצע פֿאָלק, האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳, צו בלײַבן אין לאַנד יהוּדה. 5און יוֹחָנָן דער זון פֿון קָרֵחַן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל, האָבן גענומען דעם גאַנצן איבערבלײַב פֿון יהוּדה װאָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון אַלע פֿעלקער װאָס זײ זײַנען פֿאַרשטױסן געװאָרן אַהין, כּדי צו װױנען אין לאַנד יהוּדה: 6די מענער, און די װײַבער, און די קינדער, און דעם מלכס טעכטער, און אַלע נפֿשות װאָס נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-כֵל האָט געלאָזט מיט גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען, און יִרמיָהו הנבֿיאן, און ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהון; 7און זײ זײַנען געקומען קײן לאַנד מִצרַיִם; װאָרעם זײ האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳; און זײ זײַנען געקומען ביז תַּחְפַּנְחֵס.
8און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון אין תַּחְפַּנְחֵס, אַזױ צו זאָגן: 9נעם מיט דײַן האַנט גרױסע שטײנער, און זאָלסט זײ באַהאַלטן אין װאַפּנע, אין דעם ציגלפֿלאַסטער װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון פַּרעהס הױז אין תַּחְפַּנְחֵס, פֿאַר די אױגן פֿון די מענער פֿון יהוּדה; 10און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך שיק און װעל נעמען נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, מײַן קנעכט, און איך װעל שטעלן זײַן טראָן איבער די דאָזיקע שטײנער װאָס איך האָב באַהאַלטן, און ער װעט אױסשפּרײטן זײַן פּראַכטגעצעלט איבער זײ. 11און ער װעט קומען, און װעט שלאָגן דאָס לאַנד מִצרַיִם; װעמען צום טױט צום טױט, און װעמען צו געפֿאַנגענשאַפֿט צו געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעמען צום שװערד צום שװערד. 12און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אין די הײַזער פֿון די ג‑טער פֿון מִצרַיִם; און ער װעט זײ פֿאַרברענען, אָדער זײ נעמען געפֿאַנגען; און ער װעט צונױפֿװיקלען דאָס לאַנד מִצרַיִם, װי אַ פּאַסטוך װיקל צונױף זײַן בגד; און ער װעט אַרױס פֿון דאָרטן בשלום. 13און ער װעט צעברעכן די זײַלשטײנער פֿון בֵית-שֶמֶש װאָס אין לאַנד מִצרַיִם; און די הײַזער פֿון די ג‑טער פֿון מִצרַיִם װעט ער פֿאַרברענען אין פֿײַער.