1און שמוּאֵל האָט געזאָגט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל: זעט, איך האָב צוגעהערט צו אײַער קֹול אין אַלץ װאָס איר האָט צו מיר געזאָגט, און איך האָב געמאַכט איבער אײַך אַ מלך. 2און אַצונד, אָט גײט דער מלך פֿאַר אײַך; איך אָבער בין אַלט און גראָ, און אָט זײַנען מײַנע זין מיט אײַך; און איך בין געגאַנגען פֿאַר אײַך פֿון מײַן יוגנט אָן ביז הײַנטיקן טאָג. 3דאָ בין איך, זאָגט עדות אַקעגן מיר פֿאַר ה׳ און פֿאַר זײַן געזאַלבטן: װעמעס אָקס האָב איך צוגענומען? און װעמעס אײזל האָב איך צוגענומען? און װעמען האָב איך באַרױבט? װעמען האָב איך געדריקט? אָדער פֿון װעמענס האַנט האָב איך גענומען אױסלײז, אַז איך זאָל פֿאַרהױלן מײַנע אױגן פֿון אים? און איך װעל עס אײַך אומקערן.
4האָבן זײ געזאָגט: האָסט אונדז נישט באַרױבט און האָסט אונדז נישט געדריקט, און האָסט פֿון קײנעמס האַנט גאָרנישט גענומען. 5האָט ער צו זײ געזאָגט: עדות איז ה׳ קעגן אײַך, און עדות איז זײַן געזאַלבטער הײַנטיקן טאָג, אַז איר האָט אין מײַן האַנט גאָרנישט געפֿונען. האָבן זײ געזאָגט: עדות!
6האָט שמוּאֵל געזאָגט צום פֿאָלק: ה׳ איז דער װאָס האָט באַשאַפֿן משהן און אַהרֹנען, און װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אײַערע עלטערן פֿון לאַנד מִצרַיִם. 7און אַצונד, שטעלט אײַך, און איך װעל זיך דורכטענהן מיט אײַך פֿאַר ה׳ װעגן אַלע גערעכטיקײטן פֿון ה׳ װאָס ער האָט געטאָן מיט אײַך און מיט אײַערע עלטערן. 8אַז יעקבֿ איז געקומען קײן מִצרַיִם, האָבן אײַערע עלטערן געשריִען צו ה׳, און ה׳ האָט געשיקט משהן און אַהרֹנען, און זײ האָבן אַרױסגעצױגן אײַערע עלטערן פֿון מִצרַיִם, און זײ באַזעצט אין דעם דאָזיקן אָרט. 9אָבער זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן ה׳ זײער ג-ט, און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון סיסרא דעם חיל-לידער פֿון חָצוֹר, און אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, און אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף זײ. 10און זײ האָבן געשריִען צו ה׳ און האָבן געזאָגט: מיר האָבן געזינדיקט װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָזן ה׳, און געדינט די בַעַל-געטער און די עַשְׁתֹּרות, און אַצונד, זײַ אונדז מציל פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע פֿײַנט, און מיר װעלן דיר דינען. 11האָט ה׳ געשיקט ירובעלן, און בדָנען, און יפֿתּחן, און שמוּאֵלן, און ער האָט אײַך מציל געװען פֿון אײַערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און איר זײַט געזעסן אין זיכערקײט. 12און װי איר האָט געזען אַז נָחש דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן איז געקומען אױף אײַך, אַזױ האָט איר צו מיר געזאָגט: נײן, נײַערט אַ מלך מוז קיניגן איבער אונדז; בעת ה׳ אלוקיכם איז אײַער מלך. 13און אַצונד, אָט איז דער מלך װאָס איר האָט אױסדערװײלט, װאָס איר האָט פֿאַרלאַנגט, און אָט האָט ה׳ געגעבן איבער אײַך אַ מלך. 14אױב איר װעט מורא האָבן פֿאַר ה׳, און איר װעט אים דינען {עבד}[1], און װעט צוהערן צו זײַן קֹול, און װעט נישט װידערשפּעניקן דעם מױל פֿון ה׳, און אי איר, אי דער מלך װאָס קיניגט איבער אײַך, װעט גײן נאָך ה׳ אלוקיכם – 15אױב אָבער איר װעט נישט צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳, און איר װעט װידערשפּעניקן דעם מױל פֿון ה׳, װעט די האַנט פֿון ה׳ זײַן אַקעגן אײַך אַזױ װי אַקעגן אײַערע עלטערן. 16און אַצונד שטײט און זעט די דאָזיקע גרױסע זאַך װאָס ה׳ טוט פֿאַר אײַערע אױגן. 17הײַנט איז דאָך װײצשניט, װעל איך רופֿן צו ה׳, און ער װעט געבן דונערן און רעגן, און װײסט און זעט אַז גרױס איז אײַער בײז װאָס איר האָט געטאָן אין די אױגן פֿון ה׳, אײַך צו פֿאַרלאַנגען אַ מלך.
18און שמוּאֵל האָט גערופֿן צו ה׳, און ה׳ האָט געגעבן דונערן און רעגן אין יענעם טאָג, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר ה׳ און פֿאַר שמוּאֵלן. 19און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט צו שמוּאֵלן: זײַ מתפּלל פֿאַר דײַנע קנעכט צו ה׳ דײַן ג-ט אַז מיר זאָלן נישט שטאַרבן, װײַל מיר האָבן צו אַלע אונדזערע זינד נאָך צוגעלײגט דאָס בײז, אונדז צו פֿאַרלאַנגען אַ מלך. 20האָט שמוּאֵל געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן; איר האָט געטאָן אַל דאָס דאָזיקע בײז, אָבער איר זאָלט אײַך נישט אָפּקערן פֿון הינטער ה׳, און איר זאָלט דינען ה׳ מיט אײַער גאַנצן האַרצן. 21יאָ, איר זאָלט אײַך נישט אָפּקערן, װאָרעם [דאָס װעט איר גײן] נאָך נישטיקײטן װאָס נוצן נישט און זײַנען נישט מציל, װײַל נישטיקײט זײַנען זײ. 22װאָרעם ה׳ װעט נישט פֿאַרלאָזן זײַן פֿאָלק, פֿון זײַן גרױסן נאָמען װעגן, װײַל ה׳ האָט באַװיליקט אײַך צו מאַכן פֿאַר זײַן פֿאָלק. 23אױך איך, חלילה מיר צו זינדיקן צו ה׳, אױפֿצוהערן מתפּלל זײַן פֿאַר אײַך! נײַערט איך װעל אײַך לערנען דעם גוטן און גלײַכן װעג. 24האָט אָבער מורא פֿאַר ה׳, און איר זאָלט אים דינען מיט אמת, מיט אײַער גאַנצן האַרצן, װאָרעם זעט װי ער האָט גרױס געטאָן מיט אײַך. 25אױב אָבער שלעכטס טאָן װעט איר שלעכטס טאָן, װעט אי איר, אי אײַער מלך אומגעבראַכט װערן.
1ווארום איר אליין, ברידער, ווייסט, אז אונדזער אריינגאנג צו אייך איז נישט געווען אומזיסט; 2נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל. 3ווארום אונדזער לערנונג איז נישט אויס באטרוג, נישט אויס אומלויטערע (כוונות) אויך נישט מיט כיטרעקייט; 4נאר ווי ה׳ האט אונדז אויסגעפרובירט, אונדז צו געטרויען די גוטע בשורה, רעדן מיר אזוי, נישט ווי וואוילצוגעפעלן מענטשן, נאר ה׳, וועלכער פרובירט אויס אונדזערע הערצער. 5ווייל ווי איר ווייסט, זענען מיר קיינמאל נישט געקומען מיט חניפהדיקע רייד, אויך נישט מיט אן אויסרייד פון גייציקייט, ה׳ איז אן עדות; 6אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע, 7(הגם) מיר וואלטן געקענט אויפטרעטן מיט ווערדע ווי שליחים פונם משיח. מיר זענען אבער געווען מילד אין אייער מיט, ווי א זייגערין דערנערנדיק אירע קינדער; 8אזוי האט עס אונדז געצויגן צו אייך, אז מיר האבן געוואלט זיך טיילן מיט אייך, נישט בלויז מיט דער גוטער בשורה פון ה׳, נאר אפילו מיט אונדזער אייגן לעבן, ווייל איר זענט אונדז געווארן זייער טייער. 9ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳. 10איר זענט עדות, און ה׳ אויך, ווי הייליק און גערעכט און אָן א פעלער מיר האבן זיך אויפגעפירט צווישן אייך מאמינים; 11ווי איר ווייסט, אז יעדן איינעם פון אייך, ווי א פאטער זיינע קינדער, 12האבן מיר מזהיר געווען און דערמוטיקט, און אייך באשוואוירן צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר ה׳, וועלכער רופט אייך צו זיין קעניגרייך און כבוד.
13און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן. 14ווארום איר, ברידער, זענט געווארן נאכפאלגער פון די קהלות פון ה׳, וועלכע זענען אין (לאנד) יהודה אינם משיח יהושע/ישוע; ווייל דאס זעלביקע האט איר געליטן פון אייערע לאנדסלייט, ווי זיי פון די יידן (יהודה, נישט אלע יידן), 15וועלכע האבן אפילו געטייט דעם האר יהושע/ישוע און די נביאים, און אונדז האבן זיי ארויסגעיאגט, און זענען נישט וואוילגעפעלן ביי ה׳, און זענען דערווידער אלע מענטשן; 16זיי פארווערן אונדז צו רעדן צו די אומות (העולם), אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן, כדי תמיד אנצופילן זייערע זינד; דער צארן אבער איז געקומען אויף זיי ביז צום סוף.
17מיר אבער, ברידער, נאך דעם ווי מיר זענען פון אייך פאריתומט געווארן לפי שעה, פונם פנים, נישט אין הארצן, האבן מיר זיך פיל מער באמיט צו זען אייער פנים מיט גרויס פארלאנג; 18ווייל מיר האבן געוואלט קומען צו אייך; טאקע איך, פוילוס, און איינמאל און א צווייטמאל; און דער שׂטן האט אונדז געשטערט. 19ווארום וואס איז אונדזער האפענונג, אדער פרייד, אדער קרוין פון בארימונג? צי זענט איר עס דען נישט, פאר אונדזער האר יהושע/ישוע ביי זיין אנקומען? 20יא, איר זענט אונדזער כבוד און שמחה.