Orthodox Yiddish TaNaCH 2023 ©Copyright 2023 AFII All rights reserved.
ברֵאשִית
ברֵאשִית
ברֵאשִית
ברֵאשִית
אַ
ברֵאשִית
1 אין אָנהײב האָט אלֹקים באַשאַפֿן {ברא}† דעם הימל און די ערד. 2 און די ערד איז געװען װיסט און לײדיק, און פֿינצטערניש איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון תּהום, און דער גײַסט† {רוּחַ† הַקֹּדֶשׁ}a פֿון אלֹקים† האָט געשװעבט אױפֿן געזיכט פֿון די װאַסערן.†
3 האָט אלֹקים געזאָגט†: זאָל װערן ליכט. און עס איז געװאָרן ליכט. 4 און אלֹקים האָט געזען דאָס ליכט אַז עס איז גוט; און אלֹקים האָט פֿונאַנדערגעשײדט צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש. 5 און אלֹקים האָט גערופֿן דאָס ליכט טאָג, און די פֿינצטערניש האָט ער גערופֿן נאַכט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אײן טאָג.
6 האָט אלֹקים געזאָגט: זאָל װערן אַן אױסשפּרײט אין מיטן פֿון די װאַסערן, און ער זאָל פֿונאַנדערשײדן צװישן װאַסערן און װאַסערן. 7 און אלֹקים האָט געמאַכט דעם אױסשפּרײט, און האָט פֿונאַנדערגעשײדט צװישן די װאַסערן װאָס אונטער דעם אױסשפּרײט און צװישן די װאַסערן װאָס איבער דעם אױסשפּרײט. און עס איז אַזױ געשען. 8 און אלֹקים האָט גערופֿן דעם אױסשפּרײט הימל. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ צװײטן טאָג.
9 האָט אלֹקים געזאָגט: זאָלן זיך אײַנזאַמלען די װאַסערן פֿון אונטערן הימל אין אײן אָרט, און זאָל זיך באַװײַזן די יבשה. און עס איז אַזױ געשען. 10 און אלֹקים האָט גערופֿן די יבשה ערד, און די אײַנזאַמלונג פֿון די װאַסערן (מיקװה)† האָט ער גערופֿן ימים. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
11 האָט אלֹקים געזאָגט: זאָל די ערד אַרױסגראָזן גרינעם גראָז, געװיקסן װאָס גיט אַרױס זאָמען, פֿרוכטבײמער װאָס טראָגן פֿרוכט אױף דער ערד לױט זײערע מינים, װאָס זײער זאָמען איז אין זײ. און עס איז אַזױ געשען. 12 און די ערד האָט אַרױסגעבראַכט גרינעם גראָז, קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען לױט זײַנע מינים, און בײמער װאָס טראָגן פֿרוכט, װאָס זײער זאָמען איז אין זײ, לױט זײערע מינים. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט. 13 און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, דעם דריטןb טאָג.†
14 האָט אלֹקים געזאָגט: זאָלן װערן ליכטער אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, פֿונאַנדערצושײדן צװישן דעם טאָג און צװישן דער נאַכט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר צײכנס און פֿאַר צײַטן, און פֿאַר טעג און יאָרן. 15 און זײ זאָלן זײַן פֿאַר ליכטער אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, צו לײַכטן אױף דער ערד. און עס איז אַזױ געשען. 16 און אלֹקים האָט געמאַכט די צװײ גרױסע ליכטער: דאָס גרעסערע ליכט פֿאַר דער געװעלטיקונג פֿון טאָג, און דאָס קלענערע ליכט פֿאַר דער געװעלטיקונג פֿון דער נאַכט; און די שטערן. 17 און אלֹקים האָט זײ אַרײַנגעזעצט אין דעם אױסשפּרײט פֿון הימל, צו לײַכטן אױף דער ערד, 18 און צו געװעלטיקן איבער דעם טאָג און איבער דער נאַכט, און פֿונאַנדערצושײדן צװישן דעם ליכט און צװישן דער פֿינצטערניש. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט. 19 און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ פֿירטן טאָג.
20 האָט אלֹקים געזאָגט: זאָל דאָס װאַסער װידמענען אַ װידמענונג פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן, און פֿױגלען זאָלן פֿליען אױף דער ערד, איבערן פֿרײַען אױסשפּרײט פֿון הימל. 21 און אלֹקים האָט באַשאַפֿן די גרױסע ים-חיות, און אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן װאָס קריכן, װאָס דאָס װאַסער האָט געװידמענט לױט זײערע מינים, און אַלע געפֿליגלטע פֿױגלען לױט זײערע מינים. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
22 און אלֹקים האָט זײ געבענטשט, אַזױ צו זאָגן: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די װאַסערן אין די ימען, און די פֿױגלען זאָלן זיך מערן אױף דער ערד. 23 און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, אַ פֿינפֿטן טאָג.
24 האָט אלֹקים געזאָגט: זאָל די ערד אַרױסברענגען לעבעדיקע באַשעפֿענישן לױט זײערע מינים, בהמות און שרצים און חיות פֿון דער ערד לױט זײערע מינים. און עס איז אַזױ געשען. 25 און אלֹקים האָט געמאַכט די חיות פֿון דער ערד לױט זײערע מינים, און די בהמות לױט זײערע מינים, און אַלע שרצים פֿון דער ערד לױט זײערע מינים. און אלֹקים האָט געזען אַז דאָס איז גוט.
26 האָט אלֹקים געזאָגט: לאָמיר מאַכן מענטשן אין אונדזער געשטאַלט,c לױט אונדזער גלײַכעניש, און זײ זאָלן געװעלטיקן איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער די בהמות, און איבער דער גאַנצער ערד, און איבער אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד.
27 און אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן אין זײַן געשטאַלט;
אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים האָט ער אים באַשאַפֿן;
אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן.
28 און אלֹקים האָט זײ געבענטשט, און אלֹקים האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד, און באַצװינגט זי, און געװעלטיקט איבער די פֿיש פֿון ים, און איבער די פֿױגלען פֿון הימל, און איבער אַלעם לעבעדיקן װאָס קריכט אױף דער ערד.
29 און אלֹקים האָט געזאָגט: זעט, איך האָב אײַך געגעבן יעטװעדער קרײַטעכץ װאָס גיט אַרױס זאָמען, װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, און יעטװעדער בױם װאָס אױף אים איז דאָ בײמערפֿרוכט װאָס גיט אַרױס זאָמען; פֿאַר אײַך זאָל דאָס זײַן צום עסן. 30 און פֿאַר אַלע חיות פֿון דער ערד, און פֿאַר אַלע פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, װאָס אין אים איז דאָ אַ לעבעדיקער אָטעם, איז יעטװעדער גרין קרײַטעכץ צום עסן. און עס איז אַזױ געװען.
31 און אלֹקים האָט געזען אַלץ װאָס ער האָט געמאַכט, און עס איז זײער גוט. און עס איז געװען אָװנט, און עס איז געװען פֿרימאָרגן, דעם זעקסטן טאָג.
ב
1 אַזױ זײַנען פֿאַרענדיקט געװאָרן דער הימל און די ערד און זײער גאַנצער חיל. 2 און אלֹקים האָט געענדיקט צום זיבעטן טאָג זײַן אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט, און ער האָט גערוט אױפֿן זיבעטן טאָג פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט. 3 און אלֹקים האָט געבענטשט דעם זיבעטן טאָג, און האָט אים געהײליקט, װאָרום אין אים האָט ער גערוט פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס אלֹקים האָט באַשאַפֿנדיק געמאַכט.
4 דאָס איז די געשיכטע פֿון דעם הימל און דער ערד װען זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן, אין דעם טאָג װאָס ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט ערד און הימל.
5 און קײן שפּראָצונג פֿון פֿעלד איז נאָך נישט געװען אױף דער ערד, און קײן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד האָט נאָך נישט געשפּראָצט {צמח},d װאָרום ה׳ אלֹקים האָט נישט געמאַכט רעגענען אױף דער ערד, און אַ מענטש איז נישט געװען צו באַאַרבעטן די ערד; 6 נאָר אַ מָקוֹר נעפּל אױפֿגײן פֿון דער ערד, און פֿלעגט אָנטרינקען דאָס גאַנצע געזיכט פֿון דער ערד. 7 האָט ה׳ אלֹקים געפֿורעמט דעם מענטשן פֿון שטױב פֿון דער ערד, און האָט אַרײַנגעבלאָזן אין זײַנע נאָזלעכער אַן אָטעם פֿון לעבן, און דער מענטש איז געװאָרן אַ לעבעדיקער נפֿש (באַשעפֿעניש). 8 און ה׳ אלֹקים האָט געפֿלאַנצט אַ גאָרטן אין עֵדֶן, אין מזרח, און האָט דאָרטן אַרײַנגעזעצט דעם מענטשן װאָס ער האָט געפֿורעמט. 9 און ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט שפּראָצן פֿון דער ערד אַלערלײ בײמער גלוסטיק אָנצוקוקן און גוט צום עסן; אױך דעם בױם פֿון לעבןe {עֵץ חַיִּים},† אין מיטן גאָרטן, און דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס.
10 און אַ טײַך איז אַרױסגעגאַנגען פֿון עֵדֶן אָנצוטרינקען דעם גאָרטן, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך צעשײדט, און איז געװאָרן פֿיר הױפּט טײלן. 11 דער נאָמען פֿון אײנעם איז פּישון; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד חַוִילָה, װאָס דאָרטן איז דאָ גאָלד; 12 און דאָס גאָלד פֿון יענעם לאַנד איז גוט. דאָרטן איז דער בדוֹלַח און דער אָניקלשטײן. 13 און דער נאָמען פֿון צװײטן טײַך איז גיחוֹן; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד כּוּש. 14 און דער נאָמען פֿון דריטן טײַך איז חִדֶקֶל; דאָס איז דער װאָס גײט צו מזרח פֿון אשור. און דער פֿירטער טײַך, דאָס איז פּרָת.
15 און ה׳ אלֹקים האָט גענומען דעם מענטשן, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין גאָרטן פֿון עֵדֶן, אים צו באַאַרבעטןf און אים צו היטן. 16 און ה׳ אלֹקים האָט אָנגעזאָגט דעם מענטשן, אַזױ צו זאָגן: פֿון אַלע בײמער פֿון גאָרטן מעגסטו עסן; 17 אָבער פֿון דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס, פֿון אים זאָלסטו נישט עסן, װאָרום אין דעם טאָג װאָס דו עסט פֿון אים, װעסטו זיכער שטאַרבן.
18 און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: עס איז נישט גוט דער מענטש זאָל זײַן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אײנע געהילף װעדליק פֿאַר אים. 19 און ה׳ אלֹקים האָט געפֿורעמט פֿון דער ערד אַלערלײ חיות פֿון פֿעלד און אַלערלײ פֿױגלען פֿון הימל, און געבראַכט צו דעם מענטשן, צו זען װאָס ער װעט זײ רופֿן, און װאָס נאָר דער מענטש װעט רופֿן איטלעך לעבעדיקע באַשעפֿעניש, דאָס זאָל זײַן איר נאָמען. 20 האָט דער מענטש אָנגערופֿן נעמען פֿאַר אַלע בהמות, און פֿאַר די פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלע חיות פֿון פֿעלד; אָבער פֿאַר אָדָמען האָט ער נישט געפֿונען אַ געהילף װעדליק פֿאַר אים. 21 האָט ה׳ אלֹקים געלאָזט פֿאַלן אַ טיפֿן שלאָף אױף דעם מענטשן, און ער איז אײַנגעשלאָפֿן; און ער האָט אַרױסגענומען אײנע פֿון זײַנע ריפּן, און האָט פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט פֿלײש. 22 און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. 23 האָט דער מענטש געזאָגט:
דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער,
און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש;
די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ,
װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.
24 דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש (בשׂר אחד).g 25 און זײ זײַנען בײדע געװען נאַקעט, דער מענטש און זײַן װײַב, און זײ נישט האָבן מיט װאָס זיך צו שעמען {בושׁ}.h
ג
1 און די שלאַנג איז געװען ליסטיקער פֿון אַלע חיות פֿון פֿעלד װאָס ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט, און זי האָט געזאָגט צו דער פֿרױ: נישט-שױן האָט אלֹקים געזאָגט, איר זאָלט נישט עסן פֿון קײן בױם פֿון גאָרטן? 2 האָט די פֿרױ געזאָגט צו דער שלאַנג: פֿון דער פֿרוכט פֿון די בײמער פֿון גאָרטן מעגן מיר עסן, 3 נאָר פֿון דער פֿרוכט פֿון דעם בױם װאָס אין מיטן גאָרטן האָט אלֹקים געזאָגט: איר זאָלט דערפֿון נישט עסן, און איר זאָלט זיך דעראָן נישט אָנרירן, אַזיסט װעט איר שטאַרבן. 4 האָט די שלאַנג געזאָגט צו דער פֿרױ: שטאַרבן װעט איר נישט שטאַרבן, 5 נאָר אלֹקים װײס אַז אין דעם טאָג װאָס איר עסט דערפֿון, װעלן זיך עפֿענען אײַערע אױגן, און איר װעט זײַן אַזױ װי אלֹקים צו װיסן גוטס און שלעכטס. 6 האָט די פֿרױ געזען אַז דער בױם איז גוט צום עסן, און אַז ער איז אַן עֹנֶג פֿאַר די אױגן, און דער בױם איז גלוסטיק כּדי צו װיסן שׂכל, און זי האָט גענומען פֿון זײַן פֿרוכט, און האָט געגעסן; און זי האָט אױך געגעבן איר מאַן מיט איר, און ער האָט געגעסן. 7 און זײערע בײדנס אױגן האָבן זיך געעפֿנט, און זײ האָבן געװוּסט אַז זײ זײַנען נאַקעט; האָבן זײ צונױפֿגענײט פֿײַגנבלעטער, און זיך געמאַכט גאַרטלען.i
8 און זײ האָבן געהערט דעם קֹול פֿון ה׳ אלֹקים, װי ער גײט אַרום אין גאָרטן אין דער קילקײט פֿון טאָג;† און דער מענטש און זײַן װײַב האָבן זיך באַהאַלטן† פֿאַר ה׳ אלֹקים צװישן די בײמער פֿון גאָרטן. 9 האָט ה׳ אלֹקים גערופֿן צו דעם מענטשן, און האָט צו אים געזאָגט: װוּ ביסטו? 10 האָט ער געענטפֿערט: איך האָב געהערט דײַן קֹול אין גאָרטן, און איך האָב מורא געהאַט, װײַל איך בין נאַקעט, האָב איך מיך באַהאַלטן. 11 האָט ער געזאָגט: װער האָט דיר געזאָגט אַז דו ביסט נאַקעט? האָסטו געגעסן פֿון דעם בױם װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט נישט צו עסן פֿון אים? 12 האָט דער מענטש געזאָגט: די װײַב װאָס דו האָסט מיר געגעבן, זי האָט מיר געגעבן פֿון דעם בױם, און איך האָב געגעסן.
13 האָט ה׳ אלֹקים געזאָגט צו דער פֿרױ: װאָס האָסטו דאָ געטאָן? האָט די פֿרױ געזאָגט: די שלאַנג האָט מיך אָנגערעדט, און איך האָב געגעסן.
14 האָט ה׳ אלֹקים געזאָגט צו דער שלאַנג:
װײַל דו האָסט דאָס געטאָן,
זאָלסטו זײַן פֿאַרשאָלט פֿון צװישן אַלע בהמות,
און פֿון צװישן אַלע חיות פֿון פֿעלד;
אױף דײַן בױך זאָלסטו גײן,
און שטױב זאָלסטו עסן
אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
15 און אַ פֿײַנטשאַפֿט װעל איך מאַכן צװישן דיר און צװישן דער פֿרױ,†
און צװישן דײַן זאָמעןj און צװישן איר זאָמען;†
ער װעט דיך צעשטױסן {שוף}k אין קאָפּ,†
און דוl װעסט אים צעשטױסן† {שוף} אין טריט (עקב, פּיאַטע).m
16 צו דער פֿרױ האָט ער געזאָגט:
מערן װעל איך מערן דײַן מאַטערניש און דײַן טראָגװײעניש;
מיט יסורים װעסטו געבערן קינדער,
און צו דײַן מאַן װעט זײַן דײַן גלוסטונג,
און ער װעט געװעלטיקן איבער דיר.
17 און צו אָדָמען האָט ער געזאָגט:
װײַל דו האָסט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דײַן װײַב,
און געגעסן פֿון דעם בױם
װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן:
זאָלסט פֿון אים נישט עסן;
זאָל די ערד זײַן פֿאַרשאָלטן פֿון דײַנעטװעגן;
מיט מאַטערניש זאָלסטו זיך עסן פֿון איר אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.
18 און דערנער און שטעכיק געװעקס זאָל זי דיר מאַכן שפּראָצן,
און זאָלסט עסן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד.
19 מיט דעם שװײס פֿון דײַן פּנים זאָלסטו עסן ברױט,
ביז דו קערסט זיך אום צו דער ערד;
װײַל פֿון איר ביסטו גענומען געװאָרן;
װאָרום שטױב ביסטו,
און צו שטױב זאָסלטו זיך אומקערן.
20 און דער מענטש האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן װײַב חַוָה, װײַל זי איז געװען די מוטער פֿון אַלעם לעבעדיקן. 21 און ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט פֿאַר אָדָמען און פֿאַר זײַן װײַב כתנות פֿון פֿעל,n און האָט זײ באַקלײדט.
22 און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: זע, דער מענטש איז געװאָרן װי אײנער פֿון אונדז צו װיסן גוטס און שלעכטס, און אַצונד קען ער נאָך אױסשטרעקן זײַן האַנט, און נעמען אױך פֿון דעם בױם פֿון לעבן {עֵץ חַיִּים}, און ער װעט עסן, און װעט לעבן אײביק.† 23 האָט ה׳ אלֹקים אים אַרױסגעשיקט פֿון דעם גאָרטן פֿון עֵדֶן, צו באַאַרבעטן די ערד, װאָס ער איז פֿון דאָרטן גענומען געװאָרן. 24 און ער האָט אַרױסגעטריבן דעם מענטשן; און ער האָט אַרײַנגעזעצט אין מזרח פֿון דעם גאָרטן פֿון עֵדֶן די כּרובֿים, און די פֿלאַמיקע שװערד װאָס דרײט זיך, צו היטן דעם װעג {דֶּרֶךְ}† צום בױם פֿון לעבן {עֵץ חַיִּים}.†
ד
1 און דער מענטש האָט דערקענט זײַן װײַב חַוָהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן קַיִנען, און זי האָט געזאָגט: איך האָב דערװערבן אַ מענטש דורך ה׳. 2 און זי האָט װידער געבאָרן – זײַן ברודער הֶבלען.
און הֶבל איז געװען אַ פּאַסטוך פֿון שאָף, און קַיִן איז געװען אַן ערדאַרבעטער. 3 און עס איז געװען נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג, האָט קַיִן געבראַכט פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד אַ קָרבָּן {מִנְחָה} צו ה׳. 4 און הֶבל, ער אױך האָט געבראַכט פֿון די ערשטלינגען פֿון זײַנע שאָףo און פֿון זײערע פֿעטסטע. און ה׳ האָט זיך געקערט צו הֶבלען און צו זײַן קָרבָּן {מִנְחָה},† 5 און צו קַיִנען און צו זײַן קָרבָּן {מִנְחָה} האָט ער זיך נישט געקערט. האָט קַיִנען זײער געערגערט, און זײַן פּנים איז אַראָפּגעפֿאַלן. 6 האָט ה׳ געזאָגט צו קַיִנען: פֿאַר װאָס פֿאַרדריסט דיך, און פֿאַר װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן דײַן פּנים? 7 פֿאַר װאָר, אױב דו װעסט גוטס טאָן װעסטו אױפֿגענומען װערן, און אױב דו װעסט נישט גוטס טאָן, הױערט די זינד בײַ דער טיר; און צו דיר איז איר גלוסטונג, אָבער דו זאָלסט געװעלטיקן איבער איר.
8 האָט קַיִן גערעדט צו זײַן ברודער הֶבלען. און עס איז געװען, װי זײ זײַנען געװען אין פֿעלד, אַזױ איז קַיִן אױפֿגעשטאַנען קעגן זײַן ברודער הֶבלען, און האָט אים געהרגעט.
9 האָט ה׳ געזאָגט צו קַיִנען: װוּ איז דײַן ברודער הֶבל? האָט ער געזאָגט: איך װײס נישט; בין איך דען דער שומר פֿון מײַן ברודער? 10 האָט ער געזאָגט: װאָס האָסטו געטאָן? דער קֹול פֿון דײַן ברודערס בלוט שרײַט צו מיר פֿון דער ערד. 11 און אַצונד, פֿאַרשאָלטןp זאָלסטו זײַן פֿון דער ערד װאָס האָט אױפֿגעמאַכט איר מױל צוצונעמען דײַן ברודערס בלוט פֿון דײַן האַנט.† 12 אַז דו װעסט באַאַרבעטן די ערד, זאָל זי דיר מער נישט געבן איר קראַפֿט; נעַ-ונַד זאָלסטו זײַן אױף דער ערד. 13 האָט קַיִן געזאָגט צו ה׳: מײַן שטראָף איז צו גרױס אַריבערצוטראָגן. 14 אָט האָסטו מיך הײַנט פֿאַרטריבן פֿון דעם געזיכט פֿון לאַנד, און פֿון דײַן פּנים װעל איך זײַן פֿאַרבאָרגן, און איך װעל זײַן נעַ-ונַד אױף דער ערד; װעט זײַן, װער-נאָר עס טרעפֿט מיך װעט מיך דערהרגען. 15 האָט ה׳ צו אים געזאָגט: דערום װער-נאָר עס הרגעט קַיִנען זאָל זיבנפֿאַך גענומען װערן נקמה פֿון אים. און ה׳ האָט געמאַכט קַיִנען אַ צײכן, אַז קײנער װאָס טרעפֿט אים, זאָל אים נישט דערשלאָגן.
16 און קַיִן איז אַװעקגעגאַנגען פֿון פֿאַר ה׳, און האָט זיך באַזעצט אין לאַנד נוֹד, אין מזרח פֿון עֵדֶן. 17 און קַיִן האָט דערקענט זײַן װײַב, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן חַנוֹכן. און ער האָט געבױט אַ שטאָט, און האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט אַזױ װי דער נאָמען פֿון זײַן זון, חַנוֹך. 18 און בײַ חַנוֹכן איז געבאָרן געװאָרן עִירָד, און עִירָד האָט געבאָרן מחוּיָאֵלן, און מחוּיָאֵל האָט געבאָרן מתושָאֵלן, און מתושָאֵל האָט געבאָרן לֶמֶכן. 19 און לֶמֶך האָט זיך גענומען צװײ װײַבער; דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען עָדָה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער צִלָה. 20 און עָדָה האָט געבאָרן יָבָלן; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון די װאָס זיצן אין געצעלטן און האָבן פֿיך. 21 און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יובַל; ער איז געװען דער פֿאָטער פֿון אַלע װאָס האַלטן אַ האַרף און אַ פֿלײט. 22 און צִלָה, זי אױך האָט געבאָרן תּובַל-קַיִנען, דעם אױסשלײַפֿער פֿון אַלערלײ קופּער און אײַזנגעצײַג; און די שװעסטער פֿון תּובַל-קַיִנען איז געװען נַעֲמָה.
23 און לֶמֶך האָט געזאָגט צו זײַנע װײַבער:
עָדָה און צִלָה, הערט מײַן קֹול,
װײַבער פֿון לֶמֶכן, פֿאַרנעמט מײַן װאָרט;
װאָרום איך הרגע אַ מאַן פֿאַר מײַן װוּנד,
און אַ ייִנגל פֿאַר מײַן בײַל;
24 װײַל זיבנפֿאַך װערט גענומען פֿאַר קַיִנען נקמה,
פֿאַר לֶמֶכן אָבער זיבן און זיבעציק.
25 און אָדָם האָט װידער דערקענט זײַן װײַב, און זי האָט געבאָרן אַ זון, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת, װײַל: אלֹקים האָט מיר באַשערט אַן אַנדער זאָמען אַנשטאָטq הֶבלען, מחמת קַיִן האָט אים געהרגעט. 26 און בײַ שֵתן, בײַ אים אױך איז געבאָרן געװאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען אֶנוֹש. דענצמאָל האָט מען אָנגעהױבן רופֿן צו דעם נאָמען ה׳.†
ה
1 דאָס איז דאָס בוך פֿון די געבורטן פֿון אָדָמען: װען אלֹקים האָט באַשאַפֿן דעם מענטשן, האָט ער אים אין דער גלײַכעניש פֿון אלֹקים געמאַכט; 2 אַ זָכר און אַ נקבֿה האָט ער זײ באַשאַפֿן, און ער האָט זײ געבענטשט, און האָט גערופֿן זײער נאָמען אָדָם (מענטש) אין דעם טאָג װאָס זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן. 3 און אָדָם האָט געלעבט הונדערט און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון אין זײַן גלײַכעניש, אַזױ װי זײַן געשטאַלט, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען שֵת. 4 און די טעג פֿון אָדָמען נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שֵתן, זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 5 און אַלע טעג װאָס אָדָם האָט געלעבט, זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.† r
6 און שֵת האָט געלעבט הונדערט יאָר און פֿינף יאָר, און האָט געבאָרן אֶנוֹשן. 7 און שֵת האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אֶנוֹשן, אַכט הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 8 און אַלע טעג פֿון שֵתן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװעלף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
9 און אֶנוֹש האָט געלעבט נײַנציק יאָר, און האָט געבאָרן קֵינָנען. 10 און אֶנוֹש האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן קֵינָנען, אַכט הונדערט יאָר און פֿופֿצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 11 און אַלע טעג פֿון אֶנוֹשן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿינף יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
12 און קֵינָן האָט געלעבט זיבעציק יאָר, און האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן. 13 און קֵינָן האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מַהלַלאֵלן, אַכט הונדערט יאָר און פֿערציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 14 און אַלע טעג פֿון קֵינָנען זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צען יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
15 און מַהלַלאֵל האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן יֶרֶדן. 16 און מַהלַלאֵל האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן יֶרֶדן, אַכט הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 17 און אַלע טעג פֿון מַהלַלאֵלן זײַנען געװען אַכט הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
18 און יֶרֶד האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן חַנוֹכן. 19 און יֶרֶד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן חַנוֹכן, אַכט הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 20 און אַלע טעג פֿון יֶרֶדן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און צװײ און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
21 און חַנוֹך האָט געלעבט פֿינף און זעכציק יאָר, און האָט געבאָרן מתושֶלַחן. 22 און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט האלֹקים נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן מתושֶלַחן, דרײַ הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 23 און אַלע טעג פֿון חַנוֹכן זײַנען געװען דרײַ הונדערט יאָר און פֿינף און זעכציק יאָר. 24 און חַנוֹך איז געגאַנגען מיט האלֹקים; און ער איז מער נישט געװאָרן, װאָרום אלֹקים האָט אים אַװעקגענומעןs.
25 און מתושֶלַח האָט געלעבט הונדערט יאָר און זיבן און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן לֶמֶכן. 26 און מתושֶלַח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן לֶמֶכן, זיבן הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 27 און אַלע טעג פֿון מתושֶלַחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און נײַן און זעכציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
28 און לֶמֶך האָט געלעבט הונדערט יאָר און צװײ און אַכציק יאָר, און האָט געבאָרן אַ זון. 29 און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען נֹח, אַזױ צו זאָגן: דער דאָזיקער װעט אונדז זײַן אַ נחמה פֿאַר אונדזער אַרבעט, און פֿאַר דער מאַטערניש פֿון אונדזערע הענט, פֿון װעגן דער ערד װאָס ה׳ האָט זי פֿאַרשאָלטן. 30 און לֶמֶך האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן נֹחן, פֿינף הונדערט יאָר און פֿינף און נײַנציק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער. 31 און אַלע טעג פֿון לֶמֶכן זײַנען געװען זיבן הונדערט יאָר און זיבן און זיבעציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
32 און אַז נֹח איז געװאָרן פֿינף הונדערט יאָר אַלט, האָט נֹח געבאָרן שֵמען, חָמען, און יֶפֶֿתן.
ו
1 און עס איז געװען, אַז די מענטשן האָבן זיך אָנגעהױבן מערן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, און בײַ זײ זײַנען געבאָרן געװאָרן טעכטער, 2 האָבן די זין פֿון האלֹקים געזען די טעכטער פֿון מענטשן אַז זײ זײַנען שײן, און זײ האָבן זיך גענומען װײַבער װעמען-נאָר זײ האָבן אױסדערװײלט. 3 האָט ה׳ געזאָגט: מײַן גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ} זאָל נישט אײביק שטרעבן מיט מענטשן, װאָרום ער איז פֿלײש; נאָר זײַנע טעג זאָלן זײַן הונדערט און צװאַנציק יאָר.
4 די נפֿילים זײַנען געװען אױף דער ערד אין יענע טעג – און אױך דערנאָך – װען די זין פֿון האלֹקים פֿלעגן קומען צו די טעכטער פֿון מענטשן, און זײ פֿלעגן געבערן פֿון זײ; דאָס זײַנען די גיבוֹרים װאָס פֿון פֿאַרצײַטן, מענער מיט אַ נאָמען.
5 און ה׳ האָט געזען אַז דאָס בײז פֿון דעם מענטשן איז גרױס אױף דער ערד, און די גאַנצע {כֹּל}† טראַכטונג פֿון די מחשבֿות פֿון זײַן האַרצן איז רק צום בײזן אַ גאַנצן טאָג.t 6 און ה׳ האָט חרטה געהאַט װאָס ער האָט געמאַכט דעם מענטשן אױף דער ערד, און ער איז געװען באַטריבט אין זײַן האַרצן. 7 און ה׳ האָט געזאָגט: איך װעל אָפּמעקן דעם מענטשן װאָס איך האָב באַשאַפֿן, פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד; פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה, ביז אַ שרץ, און ביז אַ פֿױגל פֿון הימל; װאָרום איך האָב חרטה װאָס איך האָב זײ געמאַכט. 8 אָבער נֹח האָט געפֿונען חֵן {לײַטזעליקײט} אין די אױגן פֿון ה׳.
נֹחַ
9 דאָס איז די געשיכטע פֿון נֹחן. נֹח איז געװען אַ גערעכטער, ערלעכער מאַן אין זײַן דור; מיט האלֹקים איז געגאַנגען נֹח. 10 און נֹח האָט געבאָרן דרײַ זין: שֵם, חָם, און יֶפֶֿת. 11 און די ערד איז פֿאַרדאָרבן געװאָרן פֿאַר האלֹקים, און די ערד איז פֿול געװאָרן מיט אומרעכט {חָמָס}†. 12 און אלֹקים האָט געזען די ערד, ערשט זי איז פֿאַרדאָרבן, װײַל יעטװעדער לײַב האָט פֿאַרדאָרבן זײַן װעג אױף דער ערד. 13 און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן: דער סוף פֿון אַלע לײַבער איז געקומען פֿאַר מיר, װאָרום די ערד איז פֿול מיט אומרעכט דורך זײ; און זע, איך ברענג זײ אום מיט דער ערד. 14 מאַך דיר אַ תּבֿה פֿון גֹּפֶר האָלץ; אין קאַמערן זאָלסטו מאַכן די תּבֿה, און זאָלסט זי אױספּעכן פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק מיט פּעך. 15 און אָט װי דו זאָלסט זי מאַכן: דרײַ הונדערט אײלן די לענג פֿון דער תּבֿה, פֿופֿציק אײלן איר ברײט, און דרײַסיק אײלן איר הײך. 16 אַ דאַך זאָלסטו מאַכן צו דער תּבֿה, און אױף אַן אײל [די ברײט] זאָלסטו זי פֿאַרענדיקן פֿון אױבן; און דעם אײַנגאַנג פֿון דער תּבֿה זאָלסטו מאַכן אין איר זײַט; מיט אַן אונטערשטן, צװײטן, און דריטן שטאָק זאָלסטו זי מאַכן. 17 און איך, זע, איך ברענג אַ מבול װאַסער אױף דער ערד, אומצוברענגען יעטװעדער לײַב װאָס אין אים איז דאָ אַן גײסט פֿון לעבן, פֿון אונטערן הימל; אַלץ װאָס אױף דער ערד װעט אומקומען. 18 אָבער איך װעל אױפֿשטעלן מײַן בְּרִית מיט דיר, און װעסט אַרײַנגײן אין דער תּבֿה, דו און דײַנע זין, און דײַן װײַב, און דײַנע זינס װײַבער, מיט דיר. 19 און פֿון אַלץ װאָס לעבט, פֿון אַלע לײַבער, זאָלסטו אַרײַנברענגען צו צװײ פֿון איטלעכן אין דער תּבֿה, אױף צו דערהאַלטן בײַם לעבן מיט דיר; אַ זָכר און אַ נקבֿה זאָלן זײ זײַן. 20 פֿון די פֿױגלען לױט זײערע מינים, און פֿון די בהמות לױט זײערע מינים, פֿון אַלע שרצים פֿון דער ערד לױט זײערע מינים, צו צװײ פֿון איטלעכן זאָלן אַרײַנגײן צו דיר, אױף צו דערהאַלטן בײַם לעבן. 21 און דו נעם דיר פֿון יעטװעדער עסנװאַרג װאָס װערט געגעסן, און זאַמל אײַן צו דיר, כּדי עס זאָל זײַן פֿאַר דיר און פֿאַר זײ צום עסן.
22 און נֹח האָט אַזױ געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס אלֹקים האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן.
ז
1 און ה׳ האָט געזאָגט צו נֹחן: גײ אַרײַן דו און דײַן גאַנץ הױזגעזינט אין דער תּבֿה, װאָרום דיך האָב איך געזען גערעכטu פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן דור. 2 פֿון אַלע רײנע בהמות זאָלסטו דיר נעמען צו זיבן און זיבן, איטלעכס מיט זײַן פּאָר; און פֿון די בהמות װאָס זײ זײַנען נישט רײן, צו צװײ, איטלעכס מיט זײַן פּאָר. 3 אױך פֿון די פֿױגלען פֿון הימל צו זיבן און זיבן, אַן ער און אַ זי, כּדי צו דערהאַלטן זאָמען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. 4 װאָרום אין זיבן טעג אַרום, מאַך איך רעגענען אױף דער ערד פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט, און איך װעל אָפּמעקן דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס איך האָב געמאַכט, פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 5 און נֹח האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט אים באַפֿױלן.
6 און נֹח איז געװען זעקס הונדערט יאָר אַלט, װען דער מבול איז געװען אױף דער ערד. 7 און נֹח, און זײַנע זין, און זײַן װײַב, און זײַנע זינס װײַבער, מיט אים, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער תּבֿה, פֿון װעגן דעם װאַסער פֿון מבול. 8 פֿון די רײנע בהמות, און פֿון די בהמות װאָס זײַנען נישט רײן, און פֿון די פֿױגלען און אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, 9 זײַנען צו צװײ צו צװײ אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, אַ זָכר און אַ נקבֿה, אַזױ װי אלֹקים האָט באַפֿױלן נֹחן.
10 און עס איז געװען צו זיבן טעג, אַזױ איז דאָס װאַסער פֿון מבול געװען אױף דער ערד. 11 אין דעם זעקס הונדערטסטן יאָר פֿון נֹחס לעבן, אין צװײטן חודש, אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש, אין דעם דאָזיקן טאָג האָבן אױסגעבראָכן אַלע קװאַלן פֿון גרױסן תּהום, און די פֿענצטער פֿון הימל האָבן זיך געעפֿנט. 12 און דער רעגן איז געװען אױף דער ערד פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט.
13 אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג זײַנען אַרײַנגעגאַנגען נֹח, און שֵם, און חָם, און יֶפֶֿת, נֹחס זין, און נֹחס װײַב, און די דרײַ װײַבער פֿון זײַנע זין מיט זײ, אין דער תּבֿה; 14 זײ, און אַלע חיות לױט זײערע מינים, און אַלע בהמות לױט זײערע מינים, און אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד לױט זײערע מינים, און אַלע עוֹפֿות לױט זײערע מינים, איטלעך פֿױגל, איטלעך געפֿליגל. 15 און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, צו צװײ, צו צװײ פֿון אַלע לײַבער װאָס אין זײ איז דאָ אַן גײסט פֿון לעבן. 16 און די װאָס זײַנען אַרײַנגעגאַנגען, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אַ זָכר און אַ נקבֿה פֿון אַלע לײַבער, אַזױ װי אלֹקים האָט אים באַפֿױלן; און ה׳ האָט פֿאַרשלאָסן הינטער אים.
17 און דער מבול איז געװען פֿערציק טעג אױף דער ערד, און די װאַסערן האָבן זיך געמערט, און זײ האָבן געטראָגן די תּבֿה, און זי האָט זיך אױפֿגעהױבן איבער דער ערד. 18 און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט, און האָבן זיך זײער געמערט אױף דער ערד, און די תּבֿה איז געגאַנגען אױף דער אײבערפֿלאַך פֿון די װאַסערן. 19 און די װאַסערן האָבן זיך זײער זײער געשטאַרקט אױף דער ערד; און עס זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן אַלע הױכע בערג װאָס אונטערן גאַנצן הימל. 20 פֿופֿצן אײלן אַריבער האָבן זיך די װאַסערן געשטאַרקט, און די בערג זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן. 21 און עס איז אומגעקומען יעטװעדער לײַב װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ אַ חיה, סײַ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, און יעטװעדער מענטש; 22 אַלץ װאָס אין זײַנע נאָזלעכער איז געװען אַ הױך פֿון אַ לעבעדיקן גײסט, אַלץ װאָס אױף דער יבשה, איז געשטאָרבן. 23 און ער האָט אָפּגעמעקט דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה, ביז אַ שרץ, און ביז אַ פֿױגל פֿון הימל; און זײ זײַנען אָפּגעמעקט געװאָרן פֿון דער ערד, און נאָר נֹח איז געבליבן, און די װאָס מיט אים אין דער תּבֿה. 24 און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט אױף דער ערד הונדערט און פֿופֿציק טעג.
ח
1 און אלֹקים האָט געדאַכט† אָן נֹחן, און אָן אַלע חיות, און אָן אַלע בהמות, װאָס מיט אים אין דער תּבֿה, און ה׳ האָט געמאַכט אַריבערגײן אַ װינט אױף דער ערד, און די װאַסערן האָבן זיך אײַנגעשטילט. 2 און עס זײַנען פֿאַרשטאָפּט געװאָרן די קװאַלן פֿון תּהום, און די פֿענצטער פֿון הימל; און דער רעגן פֿון הימל איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן. 3 און די װאַסערן האָבן געהאַלטן אין אײן אָפּטרעטן פֿון דער ערד; און די װאַסערן זײַנען געמינערט געװאָרן צום סוף פֿון הונדערט און פֿופֿציק טעג. 4 און די תּבֿה האָט גערוט אין זיבעטן חודש, אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש, אױף די בערג פֿון אַרָרָט. 5 און די װאַסערן האָבן געהאַלטן אין אײן געמינערט װערן ביזן צענטן חודש; אין צענטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, האָבן זיך באַװיזן די שפּיצן פֿון די בערג.
6 און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿערציק טעג, האָט נֹח געעפֿנט דעם פֿענצטער פֿון דער תּבֿה װאָס ער האָט געמאַכט. 7 און ער האָט אַרױסגעשיקט דעם ראָב, און ער איז אַרױס הין און צוריק, ביז דאָס װאַסער איז אָפּגעטריקנט געװאָרן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 8 האָט ער אַרױסגעשיקט פֿון זיך די טױב, צו זען אױב דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 9 אָבער די טױב האָט נישט געפֿונען קײן אָפּרו פֿאַר איר פֿוסטריט, און זי האָט זיך אומגעקערט צו אים אין דער תּבֿה, װײַל װאַסער איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט זי גענומען און זי אַרײַנגעבראַכט צו זיך אין דער תּבֿה. 10 און ער האָט אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג, און האָט װידער אַרױסגעשיקט די טױב פֿון דער תּבֿה. 11 און די טױב איז געקומען אין אָװנטצײַט, ערשט אַן אָפּגעריסן אײלבערטבלאַט איז אין איר מױל, און נֹח האָט געװוּסט אַז דאָס װאַסער איז אָפּגעפֿאַלן פֿון דער ערד. 12 האָט ער אָפּגעװאַרט נאָך אַנדערע זיבן טעג, און האָט אַרױסגעשיקט די טױב, און זי האָט זיך מער נישט אומגעקערט צו אים װידער.
13 און עס איז געװען אין דעם זעקס הונדערט און ערשטן יאָר, אין ערשטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז אָפּגעטריקנט געװאָרן דאָס װאַסער פֿון דער ערד, און נֹח האָט אַראָפּגענומען דעם דעק פֿון דער תּבֿה, און האָט אַ קוק געטאָן, ערשט דאָס געזיכט פֿון דער ערד איז טרוקן. 14 און אין צװײטן חודש, אין זיבן און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, איז אױסגעטריקנט געװאָרן די ערד.
15 און אלֹקים האָט גערעדט צו נֹחן, אַזױ צו זאָגן: 16 גײ אַרױס פֿון דער תּבֿה, דו, און דײַן װײַב, און דײַנע זין, און די װײַבער פֿון דײַנע זין, מיט דיר. 17 יעטװעדער לעבעדיקע זאַך װאָס מיט דיר, פֿון אַלע לײַבער, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, ברענג אַרױס מיט זיך, און זײ זאָלן זיך װידמענען אױף דער ערד, און זיך פֿרוכפּערן און מערן אױף דער ערד.
18 איז אַרױסגעגאַנגען נֹח, און זײַנע זין, און זײַן װײַב, און זײַנע זינס װײַבער, מיט אים. 19 יעטװעדער חיה, יעטװעדער שרץ, און יעטװעדער פֿױגל, אַלץ װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד, לױט זײערע משפּחות, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה. 20 און נֹח האָט געבױט אַ מזבח צו ה׳, און ער האָט גענומען פֿון אַלע רײנע בהמות, און פֿון אַלע רײנע פֿױגלען, און האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אױפֿן מזבח. 21 און ה׳ האָט געשמעקט דעם געשמאַקן ריח, און ה׳ האָט געזאָגט אין זײַן האַרצן: איך װעל מער װידער נישט פֿאַרשילטן די ערד פֿון װעגן דעם מענטשן; װאָרום די טראַכטונג פֿון דעם מענטשנס האַרצן איז שלעכט פֿון זײַן יוגנט אָן;v און איך װעל מער װידער נישט דערשלאָגן אַלץ װאָס לעבט, אַזױ װי איך האָב געטאָן.
22 אַזױ לאַנג װי די טעג פֿון דער ערד,
זאָל זײען און שניט,
און קעלט און היץ,
זומער און װינטער,
און טאָג און נאַכט, נישט אױפֿהערן.
ט
1 און אלֹקים האָט געבענטשט נֹחן און זײַנע זין, און האָט צו זײ געזאָגט: פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך, און פֿילט אָן די ערד. 2 און אײַער מורא און אײַער שרעק זאָל זײַן אױף יעטװעדער חיה פֿון דער ערד, און אױף יעטװעדער פֿױגל פֿון הימל, אױף אַלץ װאָס די ערד װידמענט, און אױף אַלע פֿישן פֿון ים; אין אײַער האַנט זײַנען זײ איבערגעגעבן. 3 אַלץ װאָס באַװעגט זיך, װאָס לעבט, זאָל זײַן פֿאַר אײַך צום עסן; אַזױ װי גרינע קרײַטעכץ האָב איך אײַך דאָס אַלץ געגעבן. 4 נאָר פֿלײש מיט זײַן לעבן, זײַן בלוט, זאָלט איר נישט עסן. 5 און פֿאַר װאָר, אײַער בלוט, פֿון אײַערע נפֿשות, װעל איך אױפֿמאָנען; פֿון דער האַנט פֿון איטלעכער חיה װעל איך עס אױפֿמאָנען, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן, פֿון דער האַנט פֿון דעם מענטשן זײַן ברודער, װעל איך אױפֿמאָנען דאָס לעבן פֿון אַ מענטשן.
6 דער װאָס פֿאַרגיסט דאָס בלוט פֿון אַ מענטשן,
זאָל דורך אַ מענטשן זײַן בלוט פֿאַרגאָסן װערן;
װאָרום אין דער געשטאַלט פֿון אלֹקים
האָט ער געמאַכט דעם מענטשן.
7 און איר, פֿרוכפּערט אײַך און מערט אײַך; װידמענט אײַך אױף דער ערד, און מערט אײַך אױף איר.
8 און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן און צו זײַנע זין מיט אים, אַזױ צו זאָגן: 9 און איך, זע, איך באַשטעטיקן מײַן בְּרִית מיט אײַך, און מיט אײַער זאָמען נאָך אײַך, 10 און מיט יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, סײַ אַ פֿױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ יעטװעדער חיה פֿון דער ערד מיט אײַך, פֿון די אַלע װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, אַלע לעבעדיקע זאַכן פֿון דער ערד. 11 און איך װעל באַשטעטיקן מײַן בְּרִית מיט אײַך, און עס װעלן מער נישט פֿאַרשניטן {יִכָּרֵת}† װערן אַלע לײַבער פֿון אַ מבול-געװיסער, און עס װעט מער נישט זײַן קײן מבול אומצוברענגען די ערד. 12 און אלֹקים האָט געזאָגט: דאָס איז דער צײכןw פֿון דעם בְּרִיתx װאָס איך מאַך צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש װאָס מיט אײַך, אױף אײביקע דורות: 13 מײַן בױגן האָב איך אַרײַנגעטאָן אין װאָלקן, און ער װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון בְּרִית צװישן מיר און צװישן דער ערד. 14 און עס װעט זײַן, װען איך טו װאָלקענען אַ װאָלקן אױף דער ערד, אַזױ װעט זיך באַװײַזן דער בױגן אין דעם װאָלקן, 15 און איך װעל זיך דערמאָנען אָן מײַן בְּרִית װאָס צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער, און דאָס װאַסער װעט מער נישט װערן אַ מבול אומצוברענגען אַלע לײַבער. 16 און דער בױגן װעט זײַן אין דעם װאָלקן, און איך װעל קוקן אױף אים, כּדי זיך צו דערמאָנען אָן דעם אײביקן בְּרִית צװישן אלֹקים און צװישן יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפֿעניש פֿון אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד. 17 און אלֹקים האָט געזאָגט צו נֹחן: דאָס איז דער צײכן פֿון דעם בְּרִית װאָס איך האָב אױפֿגעשטעלט צװישן מיר און צװישן אַלע לײַבער װאָס אױף דער ערד.
18 און די זין פֿון נֹחן װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער תּבֿה, זײַנען געװען שֵם, חָם, און יֶפֶֿת; און חָם, דאָס איז דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן. 19 די דאָזיקע דרײַ זײַנען געװען די זין פֿון נֹחן, און פֿון זײ האָט זיך צעשפּרײט די גאַנצע ערד.
20 און נֹח דער אַקערמאַן האָט גענומען און האָט געפֿלאַנצט אַ װײַנגאָרטן. 21 און ער האָט געטרונקען פֿון דעם װײַן, און איז געװאָרן שיכּור און האָט זיך אָפּגעדעקט אין זײַן געצעלט. 22 האָט חָם דער פֿאָטער פֿון כּנַעַן געזען די נאַקעטקײט פֿון זײַן פֿאָטער, און האָט דערצײלט זײַנע צװײ ברידער דרױסן. 23 האָבן שֵם און יֶפֶֿת גענומען אַ מאַנטל, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײערע בײדנס אַקסלען, און זײ זײַנען געגאַנגען הינטערװײַלעכס, און האָבן צוגעדעקט די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער, מיט זײערע פּנימער אַהינטער, און זײ האָבן נישט געזען די נאַקעטקײט פֿון זײער פֿאָטער. 24 און נֹח האָט זיך אױסגעניכטערט פֿון זײַן װײַן, און האָט געמערקט װאָס זײַן ייִנגערער זון האָט אים געטאָן.
25 און ער האָט געזאָגט:
פֿאַרשאָלטןy זאָל זײַן כּנַעַן,
אַ קנעכט פֿון קנעכט זאָל ער זײַן בײַ זײַנע ברידער.
26 און ער האָט געזאָגט:
ברוך ה׳ אלוקי שֵם;
און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ זײ.
27 דערברײטערן זאָל אלֹקים יֶפֶֿתן,
און ער זאָל רוען אין די געצעלטן פֿון שֵם;z
און כּנַעַן זאָל זײַן אַ קנעכט בײַ זײ.
28 און נֹח האָט געלעבט נאָכן מבול דרײַ הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר. 29 און אַלע טעג פֿון נֹחן זײַנען געװען נײַן הונדערט יאָר און פֿופֿציק יאָר; און ער איז געשטאָרבן.
י
1 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון נֹחס קינדער: שֵם, חָם, און יֶפֶֿת; און בײַ זײ זײַנען געבאָרן געװאָרן זין נאָכן מבול.
2 די זין פֿון יֶפֶֿתן זײַנען געװען: גוֹמֶר, און מָגוֹג, און מָדַי, און יָוָן, און תּובַֿל, און מֶשֶך, און תּירָס. 3 און די זין פֿון גוֹמֶרן: אַשכּנַז, און ריפֿת, און תּוֹגַרמָה. 4 און די זין פֿון יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרְשִיש, כִּתּים, און דודָנים. 5 פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿונאַנדערגעשײדט די אינדזלען פֿון די פֿעלקער אין זײערע לענדער, איטלעכער לױט זײַן לשון, לױט זײערע משפּחות, אין זײערע פֿעלקער.
6 און די זין פֿון חָמען זײַנען געװען: כּוּש, און מִצרַיִם, און פּוּט, און כּנַעַן. 7 און די זין פֿון כּוּשן: סבֿאָ, און חַוִילָה, און סַבֿתּאָ, און רַעְמָה, און סַבֿתּכאָ. און די זין פֿון רַעְמָהן: שבֿאָ און דדָן. 8 און כּוּש האָט געבאָרן נִמרוֹדן. ער איז געװען דער ערשטער מאַכטיקער אױף דער ערד. 9 ער איז געװען אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר ה׳; דערום װערט געזאָגט: אַזױ װי נִמרוֹד, אַ מאַכטיקער יעגער פֿאַר ה׳. 10 און דער אָנהײב פֿון זײַן קיניגרײַך איז געװען בָבֿל, און אֶרֶך, און אַכַּד, און כַּלנֵה, אין לאַנד שִנעָר. 11 פֿון יענעם לאַנד איז ער אַרױסגעגאַנגען קײן אשור, און האָט געבױט נינוֵה, און רחוֹבֿוֹת-עיר, און כֶּלַח, 12 און רֶסֶן, צװישן נינוֵה און צװישן כֶּלַח, דאָס איז די גרױסע שטאָט. 13 און מִצרַיִם האָט געבאָרן לודים, און עַנָמים, און להָבֿים, און נַפֿתּוחים, 14 און פַּתרוסים, און כַּסלוחים – פֿון װאַנען די פּלִשתּים זײַנען אַרױסגעקומען – און כַּפֿתּוֹרים.
15 און כּנַעַן האָט געבאָרן צידון זײַן בכוֹר, און חֵתן, 16 און דעם יבֿוסי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם גִרגָשי, 17 און דעם חִוִי, און דעם עַרקי, און דעם סינַי, 18 און דעם אַרוָדי, און דעם צמָרי, און דעם חַמָתי; און דערנאָך האָבן זיך צעשפּרײט די משפּחות פֿון דעם כּנַעֲני. 19 און דער געמאַרק פֿון דעם כּנַעֲני איז געװען פֿון צידון, װי דו גײסט קײן גרָר, ביז עַזָה; װי דו גײסט קײן סדוֹם, און עַמוֹרָה, און אַדמָה, און צבֿוֹיִים, ביז לֶשַע. 20 דאָס זײַנען די קינדער פֿון חָם לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, אין זײערע פֿעלקער.
21 און בײַ שֵם, דעם פֿאָטער פֿון אַלע קינדער פֿון עֵבֶֿר, דעם עלטערן ברודער פֿון יֶפֶֿתן, אױך בײַ אים זײַנען געבאָרן געװאָרן קינדער. 22 די זין פֿון שֵמען זײַנען געװען: עֵילָם, און אשור, און אַרפַּכשַד, און לוד, און אַרָם. 23 און די זין פֿון אַרָמען: עוץ, און חול, און גֶתֶר, און מַש. 24 און אַרפַּכשַד האָט געבאָרן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבאָרן עֵבֶֿרן. 25 און בײַ עֵבֶֿרן זײַנען געבאָרן געװאָרן צװײ זין; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען פֶּלֶג, װײַל אין זײַנע טעג איז צעטײלט געװאָרן די ערד; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יָקטָן. 26 און יָקטָן האָט געבאָרן אַלמוֹדָדן, און שֶלֶפֿן, און חַצַרמָוֶתן, און יֶרַחן, 27 און הַדורָמען, און אוזָלן, און דִקלָהן, 28 און עובָלן, און אַבֿימָאֵלן, און שבֿאָן, 29 און אוֹפֿירן, און חַוִילָהן, און יוֹבֿבֿן. די אַלע זײַנען געװען יָקטָנס זין. 30 און זײער װױנאָרט איז געװען פֿון מֵשאָ, װי דו קומסט קײן ספֿר, ביזן באַרג פֿון מזרח. 31 דאָס זײַנען די זין פֿון שֵמען לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע לשונות, אין זײערע לענדער, לױט זײערע פֿעלקער.
32 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון נֹחס זין לױט זײערע געבורטן, אין זײערע פֿעלקער; און פֿון די דאָזיקע האָבן זיך פֿונאַנדערגעשײדט די פֿעלקער אױף דער ערד נאָכן מבול.
יא
1 און די גאַנצע ערד איז געװען אײן שפּראַך און אײנע װערטער. 2 און עס איז געװען, אַז זײ האָבן געצױגן אין מזרח, האָבן זײ געפֿונען אַ פּלױן אין לאַנד שִנעָר, און האָבן זיך דאָרטן באַזעצט. 3 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: קומט לאָמיר מאַכן ציגל און אױסברענען אין אַ ברענערײַ. און די ציגל איז זײ געװען פֿאַר שטײן, און לײם איז זײ געװען פֿאַר װאַפּנע. 4 און זײ האָבן געזאָגט: קומט לאָמיר אונדז בױען אַ שטאָט, און אַ טורעם מיט זײַן שפּיץ אין הימל, און לאָמיר אונדז מאַכן אַ נאָמען, כּדי מיר זאָלן נישט צעשפּרײט װערן אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. 5 האָט ה׳ אַראָפּגענידערט צו זען די שטאָט און דעם טורעם, װאָס די מענטשנקינדער האָבן געבױט. 6 און ה׳ האָט געזאָגט: זע, זײ זײַנען אײן {אֶחָד}a פֿאָלק, און אײן שפּראַך איז בײַ זײ אַלעמען, און דאָס איז ערשט אַן אָנהײב פֿון זײער טאָן, און אַצונד װעט פֿון זײ נישט פֿאַרמיטן װערן אַלץ װאָס זײ טראַכטן צו טאָן. 7 קומט לאָמיר אַראָפּנידערן, און צעמישן דאָרטן זײער שפּראַך, אַז זײ זאָלן נישט פֿאַרשטײן אײנער דעם אַנדערנס שפּראַך. 8 און ה׳ האָט זײ צעשפּרײט פֿון דאָרטן אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד, און זײ האָבן אױפֿגעהערט בױען די שטאָט. 9 דערום האָט מען גערופֿן איר נאָמען בָבֿל, װײַל דאָרטן האָט ה׳ צעמישט די שפּראַך פֿון דער גאַנצער ערד, און פֿון דאָרטן האָט זײ ה׳ צעשפּרײט אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד.
10 דאָס זײַנען די געבורטן פֿון שֵמען: צו הונדערט יאָר האָט שֵם געבאָרן אַרפַּכשַדן, צװײ יאָר נאָכן מבול. 11 און שֵם האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן אַרפַּכשַדן, פֿינף הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
12 און אַרפַּכשַד האָט געלעבט פֿינף און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן שֶלַחן. 13 און אַרפַּכשַד האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שֶלַחן, פֿיר הונדערט יאָר און דרײַ יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
14 און שֶלַח האָט געלעבט דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן עֵבֶֿרן. 15 און שֶלַח האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן עֵבֶֿרן, פֿיר הונדערט יאָר און דרײַ יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
16 און עֵבֶֿר האָט געלעבט פֿיר און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן פֶּלֶגן. 17 און עֵבֶֿר האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן פֶּלֶגן, פֿיר הונדערט יאָר און דרײַסיק יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
18 און פֶּלֶג האָט געלעבט דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן רְעון. 19 און פֶּלֶג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן רְעון, צװײ הונדערט יאָר און נײַן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
20 און רְעו האָט געלעבט צװײ און דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן שׂרוגן. 21 און רְעו האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן שׂרוגן, צװײ הונדערט יאָר און זיבן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
22 און שׂרוג האָט געלעבט דרײַסיק יאָר, און האָט געבאָרן נָחוֹרן. 23 און שׂרוג האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן נָחוֹרן, צװײ הונדערט יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
24 און נָחוֹר האָט געלעבט נײַן און צװאַנציק יאָר, און האָט געבאָרן תֶּרַחן. 25 און נָחוֹר האָט געלעבט נאָכדעם װי ער האָט געבאָרן תֶּרַחן, הונדערט יאָר און נײַנצן יאָר; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
26 און תֶּרַח האָט געלעבט זיבעציק יאָר, און האָט געבאָרן אבֿרמען, נָחוֹרן, און הָרָנען.
27 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון תֶּרַחן: תֶּרַח האָט געבאָרן אבֿרמען, נָחוֹרן, און הָרָנען; און הָרָן האָט געבאָרן לוֹטן. 28 און הָרָן איז געשטאָרבן בײַם לעבן פֿון זײַן פֿאָטער תֶּרַחן, אין לאַנד פֿון זײַן געבורט, אין אור-כַּשׂדים. 29 און אבֿרם און נָחוֹר האָבן זיך גענומען װײַבער; דער נאָמען פֿון אבֿרמס װײַב איז געװען שָׂרַי, און דער נאָמען פֿון נָחוֹרס װײַב איז געװען מִלכָּה, די טאָכטער פֿון הָרָן, דעם פֿאָטער פֿון מִלכָּהן און דעם פֿאָטער פֿון יִסכָּהן. 30 און שָׂרַי איז געװען אַן עקרה, זי האָט נישט געהאַט קײן קינדער.
31 און תֶּרַח האָט גענומען זײַן זון אבֿרמען, און זײַן אײניקל לוֹט, דער זון פֿון הָרָנען, און זײַן שנור שָׂרַי, די װײַב פֿון זײַן זון אבֿרמען, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען מיט זײ פֿון אור-כַּשׂדים, צו גײן קײן לאַנד כּנַעַן. און זײ זײַנען געקומען ביז חָרָן, און האָבן זיך דאָרטן באַזעצט.
32 און די טעג פֿון תֶּרַחן זײַנען געװען צװײ הונדערט יאָר און פֿינף יאָר. און תֶּרַח איז געשטאָרבן אין חָרָן.
יב
לֶך-לְךֳ
1 און ה׳ האָט געזאָגט צו אבֿרמען: גײ דיר אַװעק פֿון דײַן לאַנד, און פֿון דײַן אָפּשטאַם, און פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, צו דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר װײַזן.b 2 און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק, און איך װעל דיך בענטשן, און גרײסן דײַן נאָמען, און דוּ זאָלסט זײַן אַ ברכה. 3 און איך װעל בענטשן די װאָס בענטשן דיך, און דעם װאָס פֿלוכט דיך װעל איך פֿאַרשילטן; און מיט דיר װעלן זיך בענטשן אַלע משפּחות פֿון דער ערדc.
4 און אבֿרם איז געגאַנגען אַזױ װי ה׳ האָט צו אים גערעדט; און לוֹט איז מיטגעגאַנגען מיט אים. און אבֿרם איז געװען אַ מאַן פֿון פֿינף און זיבעציק יאָר בײַ זײַן אַרױסגײן פֿון חָרָן. 5 און אבֿרם האָט גענומען זײַן װײַב שָׂרַין, און זײַן ברודערס זון לוֹטן, און זײער גאַנצן פֿאַרמעג װאָס זײ האָבן אָנגעקליבן, און די נפֿשות װאָס זײ האָבן זיך אָנגעשאַפֿט אין חָרָן, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען צו גײן קײן לאַנד כּנַעַן; און זײ זײַנען געקומען קײן לאַנד כּנַעַן. 6 און אבֿרם איז דורכגעגאַנגען דורכן לאַנד ביז דעם אָרט פֿון שכֶם, ביז דעם אײכנבױם מוֹרֶה. און דער כּנַעֲני איז דענצמאָל געװען אין לאַנד.
7 און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אבֿרמען, און האָט געזאָגט: צו דײַן זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד. און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳ װאָס האָט זיך באַװיזן צו איםd.
8 און ער האָט זיך איבערגעטראָגן פֿון דאָרטן צום באַרג, אין מזרח פֿון בֵית-אֵל; און ער האָט אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט מיט בֵית-אֵל פֿון מערבֿ, און עַי פֿון מזרח; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳, און האָט גערופֿן צו דעם נאָמען ה׳.†
9 און אבֿרם האָט געצױגן, ציענדיק אַלץ װײַטער צו דָרום.
10 איז געװאָרן אַ הונגער אין לאַנד, און אבֿרם האָט גענידערט קײן מִצרַיִם, זיך דאָרטן אױפֿצוהאַלטן, װאָרום דער הונגער איז געװען שװער אין לאַנד. 11 און עס איז געװען, װי ער איז געקומען נאָנט צו מִצרַיִם, אַזױ האָט ער געזאָגט צו זײַן װײַב שָׂרַין: זע, איך בעט דיך, איך װײס אַז דו ביסט אַ פֿרױ פֿון אַ שײנעם אױסזען. 12 איז, װי די מִצרַיִם װעלן דיך זען, אַזױ װעלן זײ זאָגן: דאָס איז זײַן װײַב; און זײ װעלן מיך הרגען, און דיך װעלן זײ לאָזן לעבן. 13 זאָג, איך בעט דיך, דו ביסט מײַנע אַ שװעסטער, כּדי מיר זאָל גוט זײַן פֿון דײַנעטװעגן, און מײַן נפֿש זאָל בלײַבן לעבן צוליב דיר.
14 און עס איז געװען, װי אבֿרם איז געקומען קײן מִצרַיִם, אַזױ האָבן די מִצרַיִם געזען די פֿרױ, אַז זי איז זײער שײן. 15 און די האַרן פֿון פַּרעהן האָבן זי געזען, און האָבן זי פֿאַרלױבט פֿאַר פַּרעהן, און די פֿרױ איז צוגענומען געװאָרן אין פַּרעהס הױז. 16 און אבֿרמען האָט ער באַגיטיקט פֿון אירעטװעגן; און ער האָט געקריגן שאָף, און רינדער, און אײזלען, און קנעכט, און דינסטן, און אײזעלינס, און קעמלען.
17 האָט ה׳ געפּלאָגט פַּרעהן און זײַן הױזגעזינט מיט גרױסע פּלאָגן פֿון װעגן שָׂרַי, אבֿרמס װײַב. 18 און פַּרעה האָט גערופֿן אבֿרמען, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו מיר? פֿאַר װאָס האָסטו מיר נישט געזאָגט אַז זי איז דײַן װײַב? 19 למאַי האָסטו געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער, און איך האָב זי גענומען פֿאַר אַ װײַב? און אַצונד, אָט איז דײַן װײַב, נעם און גײ.
20 און פַּרעה האָט באַפֿױלן װעגן אים מענטשן, און זײ האָבן אַרױסבאַלײט אים, און זײַן װײַב, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט.
יג
1 און אבֿרם איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, ער און זײַן װײַב, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, און לוֹט מיט אים, קײן דָרום. 2 און אבֿרם איז געװען זײער רײַך אין פֿיך, אין זילבער, און אין גאָלד. 3 און ער איז געגאַנגען אױף זײַנע רײזען, פֿון דָרום און ביז בֵית-אֵל, ביז דעם אָרט װאָס זײַן געצעלט איז דאָרטן געװען אין אָנהײב, צװישן בֵית-אֵל און צװישן עַי, 4 צו דעם אָרט פֿון דעם מזבח װאָס ער האָט דאָרטן געמאַכט צוערשט; און װאָס אבֿרם האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען ה׳.†
5 און אױך בײַ לוֹטן, װאָס איז געגאַנגען מיט אבֿרמען, זײַנען געװען שאָף און רינדער און געצעלטן. 6 און דאָס לאַנד האָט זײ נישט געקענט טראָגן, צו װױנען בײַנאַנד; װײַל זײער פֿאַרמעג איז געװען גרױס, און זײ האָבן נישט געקענט װױנען בײַנאַנד. 7 און עס איז געװען אַ קריגערײַ צװישן די פּאַסטוכער פֿון אבֿרמס פֿיך און צװישן די פּאַסטוכער פֿון לוֹטס פֿיך. און דער כּנַעֲני און דער פּרִזי זײַנען דענצמאָל געזעסן אין לאַנד. 8 האָט אבֿרם געזאָגט צו לוֹטן: זאָל, איך בעט דיך, נישט זײַן קײן קריג צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַנע פּאַסטוכער און צװישן דײַנע פּאַסטוכער; װאָרום מיר זײַנען אײגענע מענטשן. 9 דאָס גאַנצע לאַנד ליגט דאָך פֿאַר דיר; שײד זיך אָפּ פֿון מיר, איך בעט דיך, ענטװעדער אױף לינקס, און איך װעל זיך נעמען רעכטס, אָדער אױף רעכטס, און איך װעל זיך נעמען לינקס.
10 האָט לוֹט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען די גאַנצע געגנט פֿון יַרדן, אַז זי איז אין גאַנצן באַװעסערט – דאָס איז געװען אײדער ה׳ האָט צעשטערט סדוֹם און עַמוֹרָה – אַזױ װי דער גאָרטן פֿון ה׳, אַזױ װי דאָס לאַנד מִצרַיִם, ביז דו קומסט קײן צוֹעַר. 11 און לוֹט האָט אױסגעקליבן פֿאַר זיך די גאַנצע געגנט פֿון יַרדן; און לוֹט האָט אַװעקגעצױגן קײן מזרח, און זײ האָבן זיך אָפּגעשײדט אײנער פֿון אַנדערן. 12 אבֿרם האָט זיך באַזעצט אין לאַנד כּנַעַן, און לוֹט האָט זיך באַזעצט אין די שטעט פֿון דער יַרדן געגנט; און ער האָט געהאַט געצעלטן ביז סדוֹם.
13 און די מענטשן פֿון סדוֹם זײַנען געװען זײער שלעכט און זינדיק צו ה׳.
14 און ה׳ האָט געזאָגט צו אבֿרמען, נאָכדעם װי לוֹט האָט זיך אָפּגעשײדט פֿון אים: הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן, און קוק פֿון דעם אָרט װוּ דו ביסט, קײן צפֿון און קײן דָרום און קײן מזרח און קײן מערבֿ; 15 װאָרום דאָס גאַנצע לאַנד װאָס דו זעסט, װעל איך געבן צו דיר און צו דײַן זאָמען אױף אײביק. 16 און איך װעל מאַכן דײַן זאָמען אַזױ װי שטױב פֿון דער ערד, אַז אױב עמיצער װעט קענען צײלן דעם שטױב פֿון דער ערד, װעט אױך דײַן זאָמען געצײלט װערן. 17 שטײ אױף, גײ דורכן לאַנד פֿאַר לענג און פֿאַר ברײט, װאָרום צו דיר װעל איך עס געבן.
18 און אבֿרם האָט איבערגעטראָגן זײַן געצעלט, און ער איז געקומען און האָט זיך באַזעצט בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא, װאָס אין חֶבֿרוֹן; און ער האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳.
יד
1 און עס איז געװען אין די טעג פֿון אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר, כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גוֹיִם, 2 האָבן זײ געמאַכט אַ מלחמה מיט ברַע דעם מלך פֿון סדוֹם, און מיט ברשַע דעם מלך פֿון עַמוֹרָה, שִנאָב דעם מלך פֿון אַדמָה, און שֶמאבֿר דעם מלך פֿון צבֿוֹיִים, און דעם מלך פֿון בֶלַע, דאָס איז צוֹעַר. 3 די אַלע האָבן זיך צונױפֿגעחבֿרט אין טאָל שִׂדים, דאָס איז דער יַם-הַמֶלַח. 4 צװעלף יאָר האָבן זײ געדינט כּדָרלעומֶרן, און אױפֿן דרײַצנטן יאָר האָבן זײ װידערשפּעניקט. 5 און אױפֿן פֿערצנטן יאָר איז געקומען כּדָרלעומֶר און די מלכים װאָס מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן די רפֿאים אין עַשתּרות-קַרנַיִם, און די זוזים אין הָם, און די אֵימים אין שָוֵה-קִריָתַיִם, 6 און די חוֹרים אױף זײער באַרג שֵׂעִיר, ביז אֵיל-פּאָרָן װאָס בײַם מדבר. 7 און זײ האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען קײן עֵין-מִשפָּט, דאָס איז קָדֵש, און האָבן געשלאָגן דאָס גאַנצע פֿעלד פֿון עַמָלֵק, און אױך דעם אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין חַצְצוֹן-תָּמָר. 8 איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון סדוֹם, און דער מלך פֿון עַמוֹרָה, און דער מלך פֿון אַדמָה, און דער מלך פֿון צבֿוֹיִים, און דער מלך פֿון בֶלַע, דאָס איז צוֹעַר, און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה מיט זײ אין טאָל שִׂדים – 9 מיט כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גוֹיִם, און אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, און אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר; די פֿיר מלכים אַקעגן די פֿינף. 10 און דער טאָל שִׂדים איז געװען גריבער אױף גריבער מיט לײם, און װי די מלכים פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אַהין אַרײַנגעפֿאַלן; און די איבערגעבליבענע זײַנען אַנטלאָפֿן צום באַרג. 11 און יענע האָבן צוגענומען דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה, און דאָס גאַנצע עסנװאַרג זײערס, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 12 און זײ האָבן צוגענומען לוֹט, דעם זון פֿון אבֿרמס ברודער, װאָס איז געזעסן אין סדוֹם, און זײַן פֿאַרמעג, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 13 איז געקומען אַן אַנטרונענער, און האָט אָנגעזאָגט אבֿרם דעם עִבֿרי; און ער האָט געװױנט בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא דעם אֶמוֹרי, דעם ברודער פֿון אֶשכּוֹלן, און דעם ברודער פֿון עָנֵרן; און זײ זײַנען געװען בונדסלײַט פֿון אבֿרמען. 14 און װי אבֿרם האָט געהערט אַז זײַן אײגענער איז געפֿאַנגען געװאָרן, אַזױ האָט ער אַרױסגעפֿירט זײַנע אײַנגעלערנטע, געבאָרענע אין זײַן הױז, דרײַ הונדערט און אַכצן, און ער האָט נאָכגעיאָגט ביז דָן. 15 און ער האָט זיך צעטײלט אַקעגן זײ בײַ נאַכט, ער און זײַנע קנעכט, און ער האָט זײ געשלאָגן און זײ נאָכגעיאָגט ביז חובֿה װאָס לינקס פֿון דַמֶשֶׂק. 16 און ער האָט צוריקגעבראַכט דעם גאַנצן פֿאַרמעג, און אױך לוֹט זײַן אײגענעם און זײַן פֿאַרמעג האָט ער צוריקגעבראַכט, און אױך די װײַבער, און דאָס פֿאָלק.
17 איז דער מלך פֿון סדוֹם אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, נאָכדעם װי ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן כּדָרלעומֶרן, און די מלכים װאָס מיט אים, אין טאָל שָוֵה, דאָס איז דעם מלכס טאָל. 18 און מַלכּי-צֶדֶק דער מלך פֿון שָלֵם האָט אַרױסגעטראָגן ברױט און װײַן; און ער איז געװען אַ כֹּהן צו אֵל עליוןe. 19 און ער האָט אים געבענטשט, און האָט געזאָגט:
געבענטשט זאָל זײַן אבֿרם פֿון אֵל עליון,
דעם פֿאַרמאָגער פֿון הימל און ערד.
20 און געבענטשט זאָל זײַן אֵל עליון
װאָס האָט איבערגעענטפֿערט דײַנע פֿײַנט אין דײַן האַנט.
– און ער האָט אים געגעבן מעשׂר פֿון אַלצדינג.
21 און דער מלך פֿון סדוֹם האָט געזאָגט צו אבֿרמען: גיב מיר די נפֿשות, און דעם פֿאַרמעג נעם דיר. 22 האָט אבֿרם געזאָגט צו דעם מלך פֿון סדוֹם: איך הײב אױף מײַן האַנט צו ה׳ אֵל עליון, דעם פֿאַרמאָגער פֿון הימל און ערד, 23 אױב אַ פֿאָדעם אָדער אַ שוכבענדל! אָדער אױב איך װעל נעמען פֿון עפּעס װאָס איז דײַנס! כּדי זאָלסט נישט זאָגן: איך האָב רײַך געמאַכט אבֿרמען. 24 נישט מיר! נאָר װאָס די יונגען האָבן געגעסן, און דעם חלק פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט מיר, עָנֵר, אֶשכּוֹל, און מַמרֵא; זײ מעגן נעמען זײער חלק.
טו
1 נאָך די דאָזיקע געשעענישן איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אבֿרמען אין אַ זעונגען, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט מורא האָבן, אבֿרם, איך בין דיר אַ שילד; דײַן שׂכר איז זײער גרױס. 2 האָט אבֿרם געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, װאָס קענסטו מיר געבן, אַז איך גײ אַװעק אָן אַ קינד, און דער װירטשאַפֿטער פֿון מײַן הױז איז דער דַמֶשֶׂקער אֶליעֶזֶר? 3 און אבֿרם האָט געזאָגט: זע, האָסט מיר קײן זאָמען נישט געגעבן, און אָט װעט אַ זון פֿון מײַן הױזגעזינט מיך ירשען. 4 ערשט דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: נישט דער דאָזיקער װעט דיך ירשען, נאָר דער װאָס װעט אַרױסגײן פֿון דײַנע אינגעװײד, ער װעט דיך ירשען. 5 און ער האָט אים אַרױסגעפֿירט דרױסן, און האָט געזאָגט: טו אַקאָרשט אַ קוק אױפֿן הימל, און צײל די שטערן, אױב דו קענסט זײ איבערצײלן. און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ װעט זײַן דײַן זאָמען. – 6 און ער האָט געגלױבטf {אמן}† אין ה׳, און ער האָט עס† גערעכנט {חשׁב}† פֿאַר צו אים† צו אַ גערעכטיקײט {צְדָקָה}.†
7 און ער האָט צו אים געזאָגט: איך בין ה׳ װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון אור-כַּשׂדים, דיר צו געבן דאָס דאָזיקע לאַנד, עס צו אַרבן. 8 האָט ער געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, מיט װאָס װעל איך װיסן אַז איך װעל עס אַרבן? 9 האָט ער צו אים געזאָגט: נעם מיר אַ דרײַיאָריקע קו, און אַ דרײַיאָריקע ציג, און אַ דרײַיאָריקן װידער, און אַ טורטלטױב, און אַ יונגע טױב. 10 האָט ער אים גענומען די אַלע, און האָט זײ איבערגעשניטן אין מיטן, און אַװעקגעלײגט אײן העלפֿט קעגן דער אַנדערער; נאָר די פֿױגלען האָט ער נישט איבערגעשניטן. 11 האָבן די רױבפֿױגלען אַראָפּגענידערט אױף די פּגרים, אָבער אבֿרם האָט זײ אָפּגעטריבן.
12 און װי די זון איז געװען בײַם אונטערגײן, אַזױ איז אַ טיפֿער שלאָף געפֿאַלן אױף אבֿרמען; ערשט אַן אימה, אַ גרױס פֿינצטערניש, פֿאַלט אָן אױף אים. 13 און ער האָט געזאָגט צו אבֿרמען: װיסן זאָלסטו װיסן זײַן אַז דײַנע קינדער װעלן זײַן פֿרעמדע אין אַ לאַנד װאָס נישט זײערס, און מע װעט זײ פֿאַרקנעכטן, און מע װעט זײ פּײַניקן פֿיר הונדערט יאָר. 14 און אױך דאָס פֿאָלק װעמען זײ װעלן דינען, װעל איך משפּטן; און דערנאָך װעלן זײ אַרױסגײן מיט גרױס פֿאַרמעג. 15 דו אָבער װעסט קומען צו דײַנע עלטערן בשלום; אין אַ גוטער עלטער װעסטו באַגראָבן װערן. 16 און ערשט אין פֿירטן דור װעלן זײ זיך אומקערן אַהער, װאָרום די זינד פֿון דעם אֶמוֹרי װעט נישט זײַן פֿאַרפֿול ביז דענצמאָל.
17 און עס איז געװען, װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, און עס איז געװאָרן שטאָקפֿינצטער, ערשט אַן אױװן מיט רױך, און אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס איז דורכגעגאַנגען צװישן די דאָזיקע שטיקער. 18 אין יענעם טאָג האָט ה׳ געשלאָסן {כרת}g אַ בְּרִית מיט אבֿרמען, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען האָב איך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, פֿון דעם טײַך פֿון מִצרַיִם ביז דעם גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת; 19 דעם קֵיני, און דעם קנִזי, און דעם קַדמוני, 20 און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און די רפֿאים, 21 און דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם גִרגָשי, און דעם יבֿוסי.
טז
1 13 און שָׂרַי, אבֿרמס װײַב, האָט אים נישט געבאָרן קײן קינדער; און זי האָט געהאַט אַ מִצרישע דינסט װאָס איר נאָמען איז געװען הָגָר. 2 האָט שָׂרַי געזאָגט צו אבֿרמען: זע נאָר, ה׳ האָט מיך פֿאַרמיטן פֿון געבערן; קום, איך בעט דיך, צו מײַן דינסט, אפֿשר װעל איך אױפֿגעריכט װערן דורך איר. האָט אבֿרם צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון שָׂרַין. 3 און שָׂרַי, אבֿרמס װײַב, האָט גענומען הָגָר די מִצרית, איר דינסט, נאָכדעם װי אבֿרם איז געזעסן אין לאַנד כּנַעַן צען יאָר, און זי האָט זי געגעבן איר מאַן אבֿרמען פֿאַר אַ װײַב צו אים. 4 און ער איז געקומען צו הָגָרן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן; און װי זי האָט געזען אַז זי איז טראָגעדיק, אַזױ איז איר האַרינטע גרינגעשאַצט געװאָרן אין אירע אױגן. 5 האָט שָׂרַי געזאָגט צו אבֿרמען: מײַן עװלה אױף דיר! איך האָב געגעבן מײַן דינסט אין דײַן בוזעם, און װי זי האָט געזען אַז זי איז טראָגעדיק, אַזױ בין איך גרינגעשאַצט געװאָרן אין אירע אױגן; זאָל ה׳ משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר. 6 האָט אבֿרם געזאָגט צו שָׂרַין: אָט איז דײַן דינסט אין דײַן האַנט, טו מיט איר װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן. און שָׂרַי האָט זי געפּײַניקט, און זי איז אַנטלאָפֿן פֿון איר.
7 האָט דער מלאך פֿון ה׳h זי געפֿונען בײַ אַ קװאַל װאַסער אין דער מדבר, בײַ דעם קװאַל אױפֿן װעג קײן שור. 8 און ער האָט געזאָגט: הָגָר, שָׂרַיס דינסט, פֿון װאַנען קומסטו, און װוּהין גײסטו? האָט זי געזאָגט: פֿון מײַן האַרינטע שָׂרַין אַנטלױף איך. 9 האָט דער מלאך פֿון ה׳ צו איר געזאָגט: קער זיך אום צו דײַן האַרינטע, און בײג זיך אונטער אירע הענט. 10 און דער מלאך פֿון ה׳ האָט צו איר געזאָגט: מערן װעל איך מערן דײַן זאָמען, און ער װעט נישט קענען געצײלט װערן פֿון פֿילקײט. 11 און דער מלאך פֿון ה׳ האָט צו איר געזאָגט:
זע, דו ביסט טראָגעדיק,
און געבערסט אַ זון,
זאָלסטו רופֿן זײַן נאָמען יִשמָעֵאל,
װײַל ה׳ האָט צוגעהערט דײַן פּײַן.
12 און ער װעט זײַן אַ מענטש אַ װאַלדאײזל:
זײַן האַנט װעט זײַן אַקעגן אַלעמען,
און אַלעמענס האַנט װעט זײַן אַקעגן אים;
און אין געזיכט פֿון אַלע זײַנע ברידער װעט ער װױנען.
13 האָט זי גערופֿן דעם נאָמען פֿון ה׳ װאָס האָט צו איר גערעדט: דו ביסט דער אֵל רָאי (אֵל װאָס זעט מיך); װאָרום זי האָט געזאָגט: אױך דאָ האָב איך געזען דעם װאָס זעט מיך? 14 דערום האָט מען גערופֿן דעם ברונעם באֵר-לַחַי-רוֹאי; ער איז צװישן קָדֵש און צװישן בֶרֶד.
15 און הָגָר האָט געבאָרן אבֿרמען אַ זון, און אבֿרם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן זון װאָס הָגָר האָט געבאָרן, יִשמָעֵאל. 16 און אבֿרם איז געװען זעקס און אַכציק יאָר אַלט, װען הָגָר האָט געבאָרן יִשמָעֵאלן צו אבֿרמען.
יז
1 און אַז אבֿרם איז אַלט געװען נײַן און נײַנציק יאָר, האָט זיך ה׳ באַװיזן צו אבֿרמען, און האָט צו אים געזאָגט: איך בין אֵל שַדַי; גײ פֿאַר מיר, און זײַ אױפֿריכטיק. 2 און איך װעל מאַכן מײַן בְּרִית צװישן מיר און צװישן דיר, און איך װעל דיך מערן זײער און זײער. 3 איז אבֿרם געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און אלֹקים האָט מיט אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: 4 איך – זע, מײַן בְּרִית װעט זײַן מיט דיר, און װעסט זײַן דער פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער. 5 און דײַן נאָמען זאָל מער נישט גערופֿן װערן אבֿרם, נאָר דײַן נאָמען זאָל זײַן אבֿרהם; װאָרום פֿאַר דעם פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער האָב איך דיך געמאַכט. 6 און איך װעל דיך פֿרוכפּערן זײער און זײער, און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר פֿעלקער, און מלכים װעלן אַרױסגײן פֿון דיר. 7 און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן בְּרִית צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות, פֿאַר אַן אײביקן בְּרִית, צו אײַך צו זײַן דײַן אלֹקים און צו דײַן זאָמען נאָך דיר. 8 און איך װעל געבן דיר און דײַן זאָמען נאָך דיר דאָס לאַנד פֿון דײַן װױנשאַפֿט {מָגֹור}, דאָס גאַנצע לאַנד כּנַעַן, פֿאַר אַן אײביקן אײגנטום; און איך װעל זײַן זײער אלֹקים. 9 און אלֹקים האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: דו אָבער זאָלסט היטן מײַן בְּרִית, דו און דײַן זאָמען נאָך דיר, אױף זײערע דור-דורות. 10 דאָס איז מײַן בְּרִית װאָס איר זאָלט היטן צװישן מיר און צװישן אײַך, און צװישן דײַן זאָמען נאָך דיר: בײַ אײַך זאָל געמַלט װערן איטלעכער מאַנספּאַרשױן. 11 און איר זאָלט געמַלט װערן אין דעם פֿלײש פֿון אײַער פֿאָרהױט, און עס װעט זײַן פֿאַר אַ צײכן פֿון בְּרִית צװישן מיר און צװישן אײַך. 12 און צו אַכט טעג זאָל געמַלט װערן בײַ אײַך איטלעכער מאַנספּאַרשױן אױף אײַערע דור-דורות, געבאָרן אין הױז, אָדער געקױפֿט פֿאַר געלט פֿון עמיץ אַ פֿרעמדן װאָס איז נישט פֿון דײַן זאָמען. 13 געמַלט מוז געמַלט װערן דער װאָס איז געבאָרן אין דײַן הױז, און דער װאָס איז געקױפֿט פֿאַר דײַן געלט; און מײַן בְּרִית זאָל זײַן אין אײַער פֿלײש פֿאַר אַן אײביקן בְּרִית. 14 און אַן אומבאַשניטענער מאַנספּאַרשױן װאָס װעט זיך נישט מַלן אין דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן {כרת}i װערן פֿון איר פֿאָלק; מײַן בְּרִית האָט ער פֿאַרשטערט.
15 און אלֹקים האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: דײַן װײַב שָׂרַין זאָלסטו נישט רופֿן מיט איר נאָמען שָׂרַי, נײַערט שָׂרָה זאָל זײַן איר נאָמען. 16 און איך װעל זי בענטשן, און װעל דיר אױך געבן פֿון איר אַ זון; יאָ, איך װעל זי בענטשן, און פֿעלקער װעלן װערן פֿון איר; מלכים פֿון אומות װעלן זײַן פֿון איר. 17 איז אבֿרהם געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און ער האָט געלאַכט, און געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: קען בײַ אַ מאַן פֿון הונדערט יאָר געבאָרן װערן? און קען שׂרה צו נײַנציק יאָר געבערן? 18 און אבֿרהם האָט געזאָגט צו האלֹקים: הלװאַי זאָל יִשמָעֵאל לעבן פֿאַר דיר! 19 האָט אלֹקים געזאָגט: פֿאַר װאָר, דײַן װײַב שׂרה װעט דיר געבערן אַ זון, און זאָלסט רופֿן זײַן נאָמען יִצחָק; און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן בְּרִית מיט אים פֿאַר אַן אײביקן בְּרִית צו זײַן זאָמען נאָך איםj. 20 און װעגן יִשמָעֵאלן האָב איך דיך צוגעהערט; זע, איך האָב אים געבענטשט, און איך װעל אים פֿרוכפּערן, און װעל אים מערן זײער און זײער; צװעלף פֿירשטן װעט ער געבערן, און איך װעל אים מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק. 21 מײַן בְּרִית אָבער װעל איך אױפֿשטעלן מיט יִצחָקן, װאָס שׂרה װעט דיר געבערן צו דער צײַט אױפֿן אַנדער יאָר.
22 און װי ער האָט געענדיקט רעדן מיט אים, אַזױ האָט אלֹקים זיך אױפֿגעהױבן פֿון איבער אבֿרהמען.
23 און אבֿרהם האָט גענומען זײַן זון יִשמָעֵאלן, און אַלע זײַנע הױזגעבאָרענע, און אַלע זײַנע געקױפֿטע פֿאַר געלט, יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די הױזלײַט פֿון אבֿרהמען, און ער האָט געמַלט דאָס פֿלײש פֿון זײער פֿאָרהױט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, אַזױ װי אלֹקים האָט צו אים גערעדט. 24 און אבֿרהם איז געװען נײַן און נײַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געמַלט געװאָרן אין דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט. 25 און זײַן זון יִשמָעֵאל איז געװען דרײַצן יאָר אַלט, װען ער איז געמַלט געװאָרן אין דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿאָרהױט. 26 אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג איז געמַלט געװאָרן אבֿרהם און זײַן זון יִשמָעֵאל. 27 און אַלע מאַנסלײַט פֿון זײַן הױז, געבאָרן אין הױז, אָדער געקױפֿט פֿאַר געלט פֿון אַ פֿרעמדן, זײַנען געמַלט געװאָרן מיט אים.
יח
וַיֵרָא
1 און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אים, בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא, װען ער איז געזעסן אין אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, אין דער היץ פֿון טאָג. 2 און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און האָט דערזען, ערשט דרײַ מענער שטײען פֿאַר אים; און װי ער האָט זײ דערזען, אַזױ איז ער זײ געלאָפֿן אַנטקעגן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד. 3 און ער האָט געזאָגט: אֲדֹנָי, אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן {לײַטזעליקײט} אין דײַנע אױגן, זאָלסטו, איך בעט דיך, נישט אַװעקגײן פֿון דײַן קנעכט. 4 לאָז געבראַכט װערן אַ ביסל װאַסער, און װאַשט אײַערע פֿיס, און לענט אײַך אָן אונטערן בױם. 5 און איך װעל ברענגען אַ שטיקל ברױט, און איר װעט אונטערלענען אײַער האַרץ, דערנאָך װעט איר גײן װײַטער; אַזױ װי איר זײַט שױן אַריבערגעקומען צו אײַער קנעכט. האָבן זײ געזאָגט: טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט. 6 האָט אבֿרהם געאײַלט אין געצעלט צו שׂרהן, און האָט געזאָגט: אײַל זיך! דרײַ סְאָה זעמלמעל, פֿאַרקנעט און מאַך קוכנס. 7 און צו די רינדער איז אבֿרהם געלאָפֿן, און האָט גענומען אַ יונג רינד, װײך און פֿעט, און געגעבן צום יונג; און ער האָט עס צוגעריכט אױף גיך. 8 און ער האָט גענומען שמאַנט און מילך, און דאָס יונגע רינד װאָס ער האָט צוגעריכט, און האָט אַװעקגעשטעלט פֿאַר זײ; און ער איז געשטאַנען פֿאַר זײ אונטערן בױם, און זײ האָבן געגעסן. 9 האָבן זײ צו אים געזאָגט: װוּ איז שׂרה דײַן װײַב? האָט ער געזאָגט: אָן אין געצעלט. 10 האָט ער געזאָגט: אומקערן װעל איך זיך אומקערן אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, און זע, שׂרה דײַן װײַב װעט האָבן אַ זון. און שׂרה האָט זיך אײַנגעהערט אין אײַנגאַנג פֿון געצעלט װאָס הינטער אים. – 11 און אבֿרהם און שׂרה זײַנען געװען באַטאָגטע זקנים; בײַ שׂרהן האָט אױפֿגעהערט צו זײַן דער שטײגער װי בײַ װײַבער. – 12 און שׂרה האָט געלאַכט אין זיך אַזױ צו זאָגן: נאָכדעם װי איך בין אַלט געװאָרן, זאָל איך נאָך האָבן תּענוג? דערצו איז מײַן האַר אַלט. 13 האָט ה׳k געזאָגט צו אבֿרהמען: פֿאַר װאָס האָט שׂרה געלאַכט, אַזױ צו זאָגן: צי קען איך אין דער אמתן געבערן, אַז איך בין אַלט? 14 איז דען אַ זאַך פֿאַרמיטן פֿון ה׳? צו דער באַשטימטער צײַט װעל איך װידערקערן צו דיר, אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, און שׂרה װעט האָבן אַ זון. 15 האָט שׂרה געלײקנט, אַזױ צו זאָגן: איך האָב נישט געלאַכט; װאָרום זי האָט מורא געהאַט; און ער האָט געזאָגט: נײן, האָסט יאָ געלאַכט.
16 און די מענער זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿון דאָרטן, און האָבן אַראָפּגעקוקט אױף סדוֹם. און אבֿרהם איז געגאַנגען מיט זײ, זײ צו באַלײטן. 17 און ה׳ האָט געזאָגט: זאָל איך פֿאַרדעקן פֿון אבֿרהמען װאָס איך װיל טאָן? 18 און אבֿרהם װעט דאָך װערן אַ גרױס און מאַכטיק {עצום}† פֿאָלק, און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד װעלן זיך בענטשן מיט אים; 19 װאָרום איך האָב אים דערקענט, כּדי ער זאָל באַפֿעלן זײַנע קינדער, און זײַן הױז נאָך אים, אַז זײ זאָלן היטן דעם װעג פֿון ה׳, צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט, כּדי ה׳ זאָל ברענגען אױף אבֿרהמען װאָס ער האָט גערעדט װעגן אים. 20 און ה׳ האָט געזאָגט: דאָס געשרײ װעגן סדוֹם און עַמוֹרָה איז פֿאַר װאָר גרױס, און זײער זינד איז פֿאַר װאָר זײער שװער. 21 לאָמיך אַקאָרשט אַראָפּנידערן און זען, אױב זײ האָבן אין גאַנצן געטאָן אַזױ װי דאָס געשרײ װאָס איז געקומען צו מיר; און אױב נישט, לאָמיך װיסן. 22 און די מענער האָבן זיך פֿאַרקערט פֿון דאָרטן, און זײַנען געגאַנגען קײן סדוֹם; און אבֿרהם איז נאָך אַלץ געשטאַנען פֿאַר ה׳. 23 און אבֿרהם האָט גענענט און האָט געזאָגט: נישט-שױן װעסטו אומברענגען דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן? 24 טאָמער זײַנען דאָ פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, נישט-שױן װעסטו זײ אומברענגען, און װעסט נישט פֿאַרגעבן דעם אָרט פֿון װעגן די פֿופֿציק אומשולדיקע װאָס אין איר? 25 חלילה דיר צו טאָן אַזאַ זאַך, צו טײטן דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן, אַז דער אומשולדיקער זאָל זײַן אַזױ װי דער שולדיקער; חלילה דיר! זאָל דער ריכטער פֿון דער גאַנצער ערד נישט טאָן גערעכטיקײט? 26 האָט ה׳ געזאָגט: אױב איך װעל געפֿינען אין סדוֹם פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, װעל איך פֿאַרגעבן דעם גאַנצן אָרט פֿון זײערטװעגן. 27 האָט זיך אָפּגערופֿן אבֿרהם און האָט געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו אֲדֹנָי, הגם איך בין שטױב און אַש. 28 טאָמער װעלן פֿעלן פֿון די פֿופֿציק אומשולדיקע פֿינף, װעסטו פֿון װעגן די פֿינף צעשטערן די גאַנצע שטאָט? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען פֿינף און פֿערציק. 29 און ער האָט װידער אַ מאָל צו אים גערעדט, און האָט געזאָגט: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען פֿערציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס נישט טאָן פֿון װעגן די פֿערציק. 30 האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אֲדֹנָי נישט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען דרײַסיק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס נישט טאָן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען דרײַסיק. 31 האָט ער געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו אֲדֹנָי: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צװאַנציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן פֿון װעגן די צװאַנציק. 32 האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אֲדֹנָי נישט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן נאָר דאָס מאָל: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צען? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן פֿון װעגן די צען.
33 און ה׳ איז אַװעקגעגאַנגען, װען ער האָט געענדיקט רעדן צו אבֿרהמען; און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט.
יט
1 און די צװײ מלאָכים זײַנען געקומען קײן סדוֹם אין אָװנט; און לוֹט איז געזעסן אין טױער פֿון סדוֹם. און לוֹט האָט זײ דערזען, און ער האָט זיך אױפֿגעשטעלט זײ אַנטקעגן, און האָט זיך געבוקט מיטן פּנים צו דער ערד. 2 און ער האָט צו זײ געזאָגט: זעט, איך בעט אײַך, מײַנע האַרן, קערט אײַן אין הױז פֿון אײַער קנעכט אױף איבער נאַכט, און װאַשט אײַערע פֿיס; און איר װעט זיך פֿעדערן, און װעט גײן אױף אײַער װעג. האָבן זײ געזאָגט: נײן, נײַערט אױף דער גאַס װעלן מיר נעכטיקן. 3 איז ער זײער צוגעשטאַנען צו זײ, און זײ האָבן אײַנגעקערט צו אים, און זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין זײַן הױז, און ער האָט פֿאַר זײ געמאַכט אַ מאָלצײַט, און געבאַקן אומגעזײַערטע קוכנס, און זײ האָבן געגעסן.
4 אײדער נאָך זײ האָבן זיך געלײגט, האָבן די מענטשן פֿון שטאָט, די מענטשן פֿון סדוֹם, אַרומגערינגלט דאָס הױז, פֿון יונג ביז אַלט, דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון עק צו עק. 5 און זײ האָבן גערופֿן צו לוֹטן, און האָבן צו אים געזאָגט: װוּ זײַנען די מענער װאָס זײַנען צו דיר געקומען די נאַכט? ברענג זײ אַרױס צו אונדז, מיר זאָלן זײ דערקענען. 6 איז לוֹט אַרױסגעגאַנגען צו זײ אין אײַנגאַנג, און די טיר האָט ער פֿאַרשלאָסן הינטער זיך. 7 און ער האָט געזאָגט: איך בעט אײַך, מײַנע ברידער, טוט נישט קײן שלעכטס. 8 אָט, איך בעט אײַך, זײַנען בײַ מיר צװײ טעכטער װאָס װײסן נישט פֿון קײן מאַן, לאָמיך זײ אַרױסברענגען צו אײַך, און טוט מיט זײ װי עס איז גוט אין אײַערע אױגן, נאָר די דאָזיקע מענער זאָלט איר קײן זאַך נישט טאָן, אַזױ װי זײ זײַנען געקומען אין דעם שאָטן פֿון מײַן דאַך. 9 האָבן זײ געזאָגט: גײ אַװעק! און זײ האָבן געזאָגט: געקומען אײנער װױנען, און משפּטן װיל ער משפּטן! אַצונד װעלן מיר זיך מיט דיר נאָך ערגער באַגײן װי מיט זײ. און זײ זײַנען זײער צוגעשטאַנען צו דעם מאַן, צו לוֹטן, און האָבן גענענט אײַנצוברעכן די טיר. 10 האָבן די מענער אױסגעשטרעקט זײער האַנט, און אַרײַנגעבראַכט לוֹטן צו זיך אין הױז, און די טיר האָבן זײ פֿאַרשלאָסן. 11 און די לײַט װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון הױז האָבן זײ געשלאָגן מיט בלינדקײט פֿון קלײן ביז גרױס, און זײ האָבן נישט געקענט געפֿינען דעם אײַנגאַנג. 12 און די מענער האָבן געזאָגט צו לוֹטן: װעמען נאָך האָסטו דאָ? אַן אײדים אָדער דײַנע זין און דײַנע טעכטער, אָדער װעמען נאָר דו האָסט אין דער שטאָט, פֿיר אַרױס פֿון דעם אָרט; 13 װאָרום מיר צעשטערן דעם דאָזיקן אָרט, װײַל דאָס געשרײ װעגן זײ איז גרױס פֿאַר ה׳, און ה׳ האָט אונדז געשיקט זי צו צעשטערן.
14 איז לוֹט אַרױסגעגאַנגען, און האָט גערעדט צו זײַנע אײדימס, די װאָס האָבן גענומען זײַנע טעכטער, און ער האָט געזאָגט: שטײט אױף, גײט אַרױס פֿון דעם דאָזיקן אָרט, װאָרום ה׳ צעשטערט די שטאָט. און ער איז געװען װי אײנער װאָס מאַכט שפּאַס אין די אױגן פֿון זײַנע אײדימס.
15 און װי דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָבן די מלאָכים געאײַלט לוֹטן, אַזױ צו זאָגן: שטײ אױף, נעם דײַן װײַב, און דײַנע צװײ טעכטער װאָס געפֿינען זיך דאָ, כּדי זאָלסט נישט אומגעבראַכט װערן דורך דער זינד פֿון דער שטאָט. 16 און אַז ער האָט געזאַמט, האָבן די מענער אָנגענומען זײַן האַנט, און די האַנט פֿון זײַן װײַב, און די האַנט פֿון זײַנע צװײ טעכטער; פֿון װעגן ה׳ס באַרעמהאַרציקײט און רחמנות אױף אים. און זײ האָבן אים אַרױסגעפֿירט, און האָבן אים געלאָזט אױסן שטאָט. 17 און עס איז געװען, װי זײ האָבן אים אַרױסגעפֿירט דרױסן, אַזױ האָט ער געזאָגט: אַנטרין מיט דײַן לעבן; זאָלסט זיך נישט אומקוקן הינטער דיר, און זיך נישט אָפּשטעלן אין דער גאַנצער געגנט; אַנטרין צום באַרג, כּדי זאָלסט נישט אומגעבראַכט װערן. 18 האָט לוֹט צו זײ געזאָגט: נישט אַזױ, איך בעט אײַך, מײַנע האַרן. 19 זע, איך בעט דיך, דײַן קנעכט האָט געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, און האָסט געגרײסט דײַן חֶסֶד װאָס דו האָסט געטאָן מיט מיר, צו לאָזן לעבן מײַן נפֿש; אָבער איך קען נישט אַנטרינען צום באַרג, װאָרום דאָס בײז װעט מיך נאָך אָניאָגן, און איך װעל שטאַרבן. 20 אָן, איך בעט דיך, איז יענע שטאָט, נאָנט אַהין צו אַנטלױפֿן, און זי איז אַ קלײנס; לאָמיך, איך בעט דיך, אַהין אַנטרינען – זי איז דאָך אַ קלײנס – און מײַן נפֿש װעט בלײַבן לעבן. 21 האָט ער צו אים געזאָגט: זע, איך שױן דײַן פּנים אױך אין דער דאָזיקער זאַך, איך זאָל נישט איבערקערן די שטאָט װאָס דו האָסט געזאָגט. 22 אײַל זיך, אַנטרין אַהין, װאָרום איך קען נישט טאָן קײן זאַך, ביז דו קומסט אַהין. דערום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט צוֹעַר.
23 די זון איז געװען אױפֿגעגאַנגען אױף דער ערד, װען לוֹט איז אָנגעקומען קײן צוֹעַר. 24 און ה׳ האָט געמאַכט רעגענען אױף סדוֹם און אױף עַמוֹרָה שװעבל און פֿײַער, פֿון ה׳, פֿון הימל. 25 און ער האָט איבערגעקערט די דאָזיקע שטעט, און די גאַנצע געגנט, און אַלע באַװױנער פֿון די שטעט, און די שפּראָצונג פֿון דער ערד. 26 און זײַן װײַב האָט זיך אומגעקוקט פֿון הינטער אים, און איז געװאָרן אַ זײַל זאַלץ.
27 און אבֿרהם האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי צו דעם אָרט װאָס ער איז דאָרטן געשטאַנען פֿאַר ה׳. 28 און ער האָט אַראָפּגעקוקט אױף סדוֹם און עַמוֹרָה, און אױף דעם גאַנצן לאַנד פֿון דער געגנט, און ער האָט געזען, ערשט דער רױך פֿון לאַנד גײט אױף אַזױ װי דער רױך פֿון אַ קאַלך אױװן.
29 אַזױ איז געשען, װען אלֹקים האָט צעשטערט די שטעט פֿון דער געגנט, אַז ה׳ האָט געדאַכט אָן אבֿרהמען, און האָט אַרױסגעשיקט לוֹטן פֿון מיטן פֿון דער איבערקערעניש בײַם איבערקערן די שטעט װאָס לוֹט איז אין זײ געזעסן.
30 און לוֹט איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון צוֹעַר, און האָט זיך באַזעצט אױפֿן באַרג, און זײַנע צװײ טעכטער מיט אים; װאָרום ער האָט מורא געהאַט צו זיצן אין צוֹעַר; און ער איז געזעסן אין אַ הײל, ער און זײַנע צװײ טעכטער. 31 האָט די עלטערע געזאָגט צו דער ייִנגערער: אונדזער פֿאָטער איז אַלט, און קײן מאַן איז נישטאָ אױף דער ערד צו קומען צו אונדז, אַזױ װי דער שטײגער פֿון דער גאַנצער ערד. 32 קום, לאָמיר אָנטרינקען אונדזער פֿאָטער מיט װײַן, און מיר װעלן ליגן מיט אים, און מיר װעלן אױפֿהאַלטן פֿון אונדזער פֿאָטער אַ זאָמען. 33 האָבן זײ אָנגעטרונקען זײער פֿאָטער מיט װײַן אין יענער נאַכט, און די עלטערע איז געקומען און איז געלעגן מיט איר פֿאָטער; און ער האָט נישט געװוּסט פֿון איר לײגן זיך אָדער פֿון איר אױפֿשטײן. 34 און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט די עלטערע געזאָגט צו דער ייִנגערער: זע, נעכטן בין איך געלעגן מיט מײַן פֿאָטער; לאָמיר אים אָנטרינקען מיט װײַן אױך די נאַכט, און קום דו ליג מיט אים, און מיר װעלן אױפֿהאַלטן פֿון אונדזער פֿאָטער אַ זאָמען. 35 האָבן זײ אױך אין יענער נאַכט אָנגעטרונקען זײער פֿאָטער מיט װײַן, און די ייִנגערע איז אױפֿגעשטאַנען און איז געלעגן מיט אים; און ער האָט נישט געװוּסט פֿון איר לײגן זיך אָדער פֿון איר אױפֿשטײן.
36 און בײדע טעכטער פֿון לוֹטן זײַנען טראָגעדיק געװאָרן פֿון זײער פֿאָטער. 37 און די עלטערע האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען מוֹאָבֿ; דאָס איז דער פֿאָטער פֿון דעם הײַנטיקן מוֹאָבֿ. 38 און די ייִנגערע, זי אױך האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען בן-עַמי; דאָס איז דער פֿאָטער פֿון די הײַנטיקע קינדער פֿון עַמוֹן.
כ
1 און אבֿרהם האָט אַװעקגעצױגן פֿון דאָרטן צום לאַנד פֿון דָרום, און ער האָט זיך באַזעצט צװישן קָדֵש און צװישן שוּר, און האָט געװױנט אין גרָר.
2 און אבֿרהם האָט געזאָגט אױף זײַן װײַב שׂרהן: זי איז מײַנע אַ שװעסטער. האָט געשיקט אַבֿימֶלֶך דער מלך פֿון גרָר, און האָט צוגענומען שׂרהן. 3 איז אלֹקים געקומען צו אַבֿימֶלֶכן אין אַ חלום פֿון דער נאַכט, און האָט צו אים געזאָגט: זע, װעסט שטאַרבן פֿון װעגן דער פֿרױ װאָס דו האָסט גענומען, װאָרום זי איז די װײַב פֿון אַ מאַן. 4 און אַבֿימֶלֶך האָט צו איר נישט גענענט און ער האָט געזאָגט: אֲדֹנָי, װילסטו אױך אומשולדיק פֿאָלק הרגען? 5 האָט ער מיר נישט אַלײן געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער? און זי, אױך זי האָט געזאָגט: ער איז מײַנער אַ ברודער. אין דער ערלעכקײט פֿון מײַן האַרצן און אין דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט האָב איך דאָס געטאָן. 6 האָט האלֹקים צו אים געזאָגט אין חלום: יאָ, איך װײס אַז אין דער ערלעכקײט פֿון דײַן האַרצן האָסטו דאָס געטאָן, און איך האָב דיך אױך געװאָלט פֿאַרמײַדן פֿון זינדיקן צו מיר, דערום האָב איך דיך נישט געלאָזט זיך צורירן צו איר. 7 און אַצונד, קער אום די װײַב פֿון דעם מאַן, װאָרום ער איז אַ נבֿיא, און ער װעט מתפּלל זײַן פֿאַר דיר, און װעסט בלײַבן לעבן; אױב אָבער דו קערסט זי נישט אום, זײַ װיסן אַז שטאַרבן װעסטו שטאַרבן, דו און אַלע װאָס געהערן צו דיר.
8 האָט אַבֿימֶלֶך זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט צונױפֿגערופֿן אַלע זײַנע קנעכט, און האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער אין זײערע אױערן, און די מענטשן האָבן זײער מורא געהאַט. 9 און אַבֿימֶלֶך האָט גערופֿן אבֿרהמען, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו אונדז געטאָן? און װאָס האָב איך געזינדיקט אַקעגן דיר, װאָס דו האָסט געבראַכט אױף מיר און אױף מײַן קיניגרײַך אַזאַ גרױסע זינד? מעשׂים װאָס װערן נישט געטאָן, האָסטו געטאָן צו מיר. 10 און אַבֿימֶלֶך האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: װאָס האָסטו אײַנגעזען, אַז דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך?
11 האָט אבֿרהם געזאָגט: װײַל איך האָב געקלערט: פֿאַר װאָר, קײן מורא פֿאַר אלֹקים איז נישטאָ אין דעם דאָזיקן אָרט, און זײ װעלן מיך הרגען פֿון װעגן מײַן װײַב. 12 און זי איז אױך אין דער אמתן מײַנע אַ שװעסטער, די טאָכטער פֿון מײַן פֿאָטער, נאָר נישט די טאָכטער פֿון מײַן מוטער; דערום איז זי מיר געװאָרן פֿאַר אַ װײַב. 13 און עס איז געװען, אַז אלֹקים האָט מיך פֿאַרװאָגלט פֿון מײַן פֿאָטערס הױז, האָב איך צו איר געזאָגט: דאָס זאָל זײַן דײַן חֶסֶד װאָס דו זאָלסט טאָן מיט מיר: אין איטלעכן אָרט, װאָס מיר װעלן אַהין קומען, זאָג אױף מיר: ער איז מײַנער אַ ברודער.
14 האָט אַבֿימֶלֶך גענומען שאָף און רינדער, און קנעכט און דינסטן, און האָט געגעבן אבֿרהמען, און ער האָט אים אומגעקערט זײַן װײַב שׂרהן. 15 און אַבֿימֶלֶך האָט געזאָגט: אָט איז מײַן לאַנד פֿאַר דיר; װוּ עס איז גוט אין דײַנע אױגן, באַזעץ זיך. 16 און צו שׂרהן האָט ער געזאָגט: אָט האָב איך געגעבן דײַן ברודער טױזנט זילבערשטיק; זע, דאָס איז דיר אַ צודעק פֿאַר די אױגן אַקעגן אַלע װאָס מיט דיר; און פֿאַר אַלעמען ביסטו גערעכטפֿאַרטיקט.
17 און אבֿרהם האָט מתפּלל געװען צו האלֹקים, און אלֹקים האָט געהײלט {רפא}† אַבֿימֶלֶכן, און זײַן װײַב, און זײַנע דינסטן, און זײ האָבן געבאָרן. 18 װאָרום פֿאַרשלאָסן האָט ה׳ געהאַט פֿאַרשלאָסן יעטװעדער טראַכט פֿון אַבֿימֶלֶכס הױז פֿון װעגן שׂרה, אבֿרהמס װײַב.
כא
1 און ה׳ האָט געדאַכט אָן שׂרהן, אַזױ װי ער האָט געזאָגט, און ה׳ האָט געטאָן צו שׂרהן אַזױ װי ער האָט גערעדט. 2 און שׂרה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אבֿרהמען אַ זון אױף זײַן עלטער, צו דער צײַט װאָס אלֹקים האָט אים אָנגעזאָגט. 3 און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן זון װאָס איז אים געבאָרן געװאָרן, װאָס שׂרה האָט אים געבאָרן, יִצחָק. 4 און אבֿרהם האָט געמַלט זײַן זון יִצחָקן צו אַכט טעג, אַזױ װי אלֹקים האָט אים באַפֿױלן. 5 און אבֿרהם איז געװען הונדערט יאָר אַלט, װען זײַן זון יִצחָק איז אים געבאָרן געװאָרן.
6 און שׂרה האָט געזאָגט: אַ געלעכטער האָט מיר אלֹקים געמאַכט; איטלעכער װאָס הערט עס, װעט לאַכן װעגן מיר. 7 און זי האָט געזאָגט: װער װאָלט געזאָגט אבֿרהמען: שׂרה װעט קינדער זײגן? אַז איך װעל געבערן אַ זון אױף זײַן עלטער?
8 און דאָס קינד איז געװאַקסן, און איז אַנטװױנט געװאָרן, און אבֿרהם האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט אין דעם טאָג װאָס יִצחָק איז אַנטװױנט געװאָרן.
9 און שׂרה האָט געזען דעם זון פֿון הָגָר דער מִצרית, װאָס זי האָט געבאָרן אבֿרהמען, װי ער האָט אפּשפּעטן פֿון אים. 10 און זי האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: טרײַב אַרױס די דאָזיקע דינסט און איר זון, װאָרום דער זון פֿון דער דאָזיקער דינסט װעט נישט ירשען מיט מײַן זון, מיט יִצחָקן.
11 און די זאַך איז געװען זײער שלעכט אין די אױגן פֿון אבֿרהמען פֿון װעגן זײַן זון. 12 האָט אלֹקים געזאָגט צו אבֿרהמען: זאָל נישט שלעכט זײַן אין דײַנע אױגן איבער דעם ייִנגל, און איבער דער דינסט; אַלץ װאָס שׂרה זאָגט דיר, הער זיך אײַן צו איר קֹול, װאָרום אױף יִצחָקן װעט גערופֿן װערן דײַן זאָמעןl. 13 אָבער אױך דעם זון פֿון דער דינסט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק, װײַל ער איז דײַן זאָמען.
14 האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט גענומען ברױט און אַ לאָגל װאַסער, און געגעבן צו הָגָרן – אַרױפֿגעטאָן אױף איר אַקסל – און אױך דאָס קינד, און האָט זי אַװעקגעשיקט; און זי איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט אומגעבלאָנדזשעט אין דעם מדבר פֿון באֵר-שֶבַֿע. 15 איז דאָס װאַסער אױסגעגאַנגען פֿון לאָגל, און זי האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס קינד אונטער אײנעם פֿון די בײמלעך, 16 און זי איז אַװעק און האָט זיך געזעצט אַקעגנאיבער פֿאַר אַ בױגנשאָס װײַט, װאָרום זי האָט געזאָגט: לאָמיך נישט זען װי דאָס קינד שטאַרבט. און זי איז געזעסן אַקעגנאיבער, און האָט אױפֿגעהױבן איר קֹול און האָט געװײנט. 17 האָט אלֹקים געהערט דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל, און דער מלאךm פֿון ה׳ האָט גערופֿן צו הָגָרן פֿון הימל, און האָט צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר, הָגָר? זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרום ה׳ האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל װוּ ער איז דאָרט. 18 שטײ אױף, הײב אױף דעם ייִנגל, און האַלט אים צו מיט דײַן האַנט; װאָרום פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק װעל איך אים מאַכן.
19 און אלֹקים האָט אױפֿגעעפֿנט אירע אױגן, און זי האָט דערזען אַ ברונעם װאַסער, און זי איז געגאַנגען און האָט אָנגעפֿילט דעם לאָגל מיט װאַסער, און געגעבן טרינקען דעם ייִנגל.
20 און אלֹקים איז געװען מיטן ייִנגל, און ער איז אױפֿגעװאַקסן, און איז געזעסן אין מדבר, און איז געװען אַ בױגנשיסער. 21 און ער איז געזעסן אין מדבר פּאָרָן; און זײַן מוטער האָט אים גענומען אַ װײַב פֿון לאַנד מִצרַיִם.
22 און עס איז געװען אין יענער צײַט, האָט אַבֿימֶלֶך און פּיכול דער האַר פֿון זײַן חיל געזאָגט צו אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: אלֹקים איז מיט דיר אין אַלץ װאָס דו טוסט; 23 דערום שװער מיר דאָ אַצונד בײַ אלֹקים, אױב דו װעסט פֿעלשן אָן מיר, אָדער אָן מײַן זון, אָדער אָן מײַן אײניקל; אַזױ װי דער חֶסֶד װאָס איך האָב געטאָן מיט דיר, זאָלסטו טאָן מיט מיר, און מיט דעם לאַנד װאָס דו האָסט זיך אױפֿגעהאַלטן דרינען.
24 האָט אבֿרהם געזאָגט: איך װעל שװערן. 25 אָבער אבֿרהם האָט פֿאָרגעהאַלטן אַבֿימֶלֶכן װעגן דעם ברונעם װאַסער, װאָס די קנעכט פֿון אַבֿימֶלֶכן האָבן געגזלט. 26 האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט: איך װײס נישט װער עס האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך; װאָרום נישט דו האָסט מיר צו מאָל דערצײלט, און נישט איך האָב עס צו מאָל געהערט אַחוץ הײַנט.
27 האָט אבֿרהם גענומען שאָף און רינדער, און געגעבן אַבֿימֶלֶכן, און זײ האָבן בײדע געשלאָסן {כרת}n אַ בְּרִית. 28 און אבֿרהם האָט אַװעקגעשטעלט זיבן לעמער פֿון די שאָף באַזונדער. 29 האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט צו אבֿרהמען: װאָס זײַנען די דאָזיקע לעמער, װאָס דו האָסט אַװעקגעשטעלט באַזונדער? 30 האָט ער געזאָגט: פֿאַר װאָר, די זיבן לעמער מוסטו נעמען פֿון מײַן האַנט, כּדי דאָס זאָל מיר זײַן צום עדות, אַז איך האָב געגראָבן דעם דאָזיקן ברונעם. 31 דערום האָט מען גערופֿן יענעם אָרט באֵר-שֶבַֿע, װײַל דאָרטן האָבן זײ בײדע זיך געגעבן אַ שבֿועה.
32 אַזױ האָבן זײ געשלאָסן {כרת}o אַ בְּרִית אין באֵר-שֶבַֿע; און אַבֿימֶלֶך און פּיכול דער האַר פֿון זײַן חיל זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים. 33 און ער האָט געפֿלאַנצט אַ טאַמאַריסקנבױם אין באֵר-שֶבַֿע, און האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון ה׳,† דעם אײביקן ג-ט.
34 און אבֿרהם האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים פֿיל טעג.
כב
1 און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט האלֹקים געפּרוּװט אבֿרהמען, און האָט צו אים געזאָגט: אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. 2 האָט ער געזאָגט: נעם דײַן זון, דײַן אײנאײנציקן, װאָס דו האָסט ליב, יִצחָקן, און גײ דיר קײן לאַנד מוֹרִיָה, און ברענג אים אױף דאָרטן פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אױף אײנעם פֿון די בערג װאָס איך װעל דיר זאָגן.
3 האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט אָנגעזאָטלט זײַן אײזל, און גענומען מיט זיך זײַנע צװײ יונגען, און זײַן זון יִצחָקן; און ער האָט צעהאַקט דאָס האָלץ פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען צו דעם אָרט װאָס האלֹקים האָט אים געזאָגט.
4 אין דעם דריטן טאָגp האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען דעם אָרט פֿון װײַטן. 5 און אבֿרהם האָט געזאָגט צו זײַנע יונגען: בלײַבט אײַך דאָ מיטן אײזל, און איך און דער ייִנגל װעלן גײן ביז אַהין, און מיר† װעלן זיך בוקן, און זיך אומקערן צו אײַך.
6 און אבֿרהם האָט גענומען דאָס האָלץ† פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײַן זון יִצחָקן, און ער האָט גענומען אין זײַן האַנט דאָס פֿײַער און דעם שלאַכטמעסער, און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען בײַנאַנד. 7 האָט יִצחָק זיך אָפּגערופֿן צו זײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און האָט געזאָגט: מײַן פֿאָטער! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך, מײַן זון. האָט ער געזאָגט: אָט איז דאָס פֿײַער און דאָס האָלץ, און װוּ איז דאָס לאַם {שֶׂה}q פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}†? 8 האָט אבֿרהם געזאָגט: אלֹקים װעט זיך שױן זען אַ לאַםr פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, מײַן זון. און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען בײַנאַנד.
9 און זײ זײַנען געקומען צו דעם אָרט װאָס האלֹקים האָט אים געזאָגט; און אבֿרהם האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח, און האָט אױסגעלײגט דאָס האָלץ, און ער האָט געבונדן {עֲקֵדָה} זײַן זון יִצחָקן, און אים אַרױפֿגעטאָן אױפֿן מזבח, איבערן האָלץ. 10 און אבֿרהם האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט גענומען דעם שלאַכטמעסער צו שעכטן זײַן זון.
11 האָט דער מלאך פֿון ה׳s גערופֿן צו אים פֿון הימל, און האָט געזאָגט: אבֿרהם! אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך. 12 האָט ער געזאָגט: זאָלסט נישט אױסשטרעקן דײַן האַנט אױפֿן ייִנגל, און זאָלסט אים גאָרנישט טאָן; װאָרום אַצונד װײס איך אַז דו ביסט אַ ירא אלֹקים, אַז דו האָסט נישט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן אײנאײנציקן, פֿון מיר.
13 האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען ערשט הינטן האָט אַ װידער זיך אײַנגעדרײט אין אַ געצװײַג מיט זײַנע הערנער. איז אבֿרהם געגאַנגען, און האָט גענומען דעם װידער,† און האָט אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}† אַנשטאָטt זײַן זון. 14 און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט ה׳-יִראֶה; אַזױ װי עס װערט נאָך הײַנט געזאָגט: אױף דעם באַרג פֿון ה׳ װאוּ װערט געזען װערן.
15 און דער מלאך פֿון ה׳ האָט גערופֿן צו אבֿרהמען אַ צװײט מאָל פֿון הימל, 16 און האָט געזאָגט: איך שװער בײַ זיך, זאָגט ה׳, אַז װײַל דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך, און האָסט נישט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן אײנאײנציקן,u 17 איז, בענטשן װעל איך דיך בענטשן, און מערן װעל איך מערן דײַן זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים; און דײַן זאָמען װעט אַרבן דעם טױער פֿון זײַנע פֿײַנט. 18 און בענטשן װעלן זיך מיט דײַן זאָמעןv אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד, דערפֿאַר װאָס דו האָסט צוגעהערט צו מײַן קֹול.
19 און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו זײַנע יונגען, און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען געגאַנגען בײַנאַנד קײן באֵר-שֶבַֿע. און אבֿרהם איז געבליבן אין באֵר-שֶבַֿע.
20 און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז אָנגעזאָגט געװאָרן אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: זע, מִלכָּה, זי אױך האָט געבאָרן זין צו דײַן ברודער נָחוֹרן: 21 עוץ זײַן בכוֹר, און בוז זײַן ברודער, און קמואֵל דעם פֿאָטער פֿון אַרָם, 22 און כֶּשֶׂדן, און חַזון, און פִּלדָשן, און יִדלָפֿן, און בתואֵלן. 23 און בתואֵל האָט געבאָרן רבקהן. די דאָזיקע אַכט האָט מִלכָּה געבאָרן צו נָחוֹר, אבֿרהמס ברודער. 24 און זײַן קעפּסװײַב† װאָס איר נאָמען איז געװען רְאומָה, זי אױך האָט געבאָרן טֶבַחן, און גַחַמען, און תַּחַשן, און מַעֲכָהן.
כג
חַיֵי שָׂרָה
1 און דאָס לעבן פֿון שׂרהן איז געװען הונדערט און זיבן יאָר און צװאַנציק יאָר; דאָס זײַנען געװען די יאָרן פֿון שׂרהס לעבן. 2 און שׂרה איז געשטאָרבן אין קִריַת-אַרבע, דאָס איז חֶבֿרוֹן, אין לאַנד כּנַעַן. און אבֿרהם איז געקומען צו קלאָגן אױף שׂרהן און זי צו באַװײנען.
3 און אבֿרהם איז אױפֿגעשטאַנען פֿון פֿאַר זײַן טױטן, און ער האָט גערעדט צו די קינדער פֿון חֵת, אַזױ צו זאָגן: 4 אַ פֿרעמדער אָבער אַ תּושב בין איך בײַ אײַך, גיט מיר אַ קבֿר-אײגנטום† בײַ אײַך, און איך װעל באַגראָבן מײַן טױטן פֿון פֿאַר מיר.
5 האָבן די קינדער פֿון חֵת געענטפֿערט אבֿרהמען, אים אַזױ צו זאָגן: 6 הער אונדז צו, מײַן האַר, אַ ג-טלעכער פֿירשט ביסטו צװישן אונדז; אין דעם געקליבנסטן פֿון אונדזערע קבֿרים באַגראָב דײַן טױטן; קײנער פֿון אונדז װעט נישט פֿאַרמײַדן זײַן קבֿר פֿון דיר, אױף צו באַגראָבן דײַן טױטן.
7 איז אבֿרהם אױפֿגעשטאַנען, און האָט זיך געבוקט צו דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, צו די קינדער פֿון חֵת. 8 און ער האָט צו זײ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױב עס איז אײַער װילן צו באַגראָבן מײַן טױטן פֿון פֿאַר מיר, הערט מיך צו, און בעט פֿאַר מיר בײַ עֶפֿרוֹן דעם זון פֿון צוֹחַרן, 9 ער זאָל מיר געבן די הײל פֿון מַכפֵּלָה װאָס געהערט צו אים, װאָס אין עק פֿון זײַן פֿעלד; אין פֿולן געלט זאָל ער עס מיר געבן צװישן אײַך פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום.
10 און עֶפֿרוֹן איז געזעסן צװישן די קינדער פֿון חֵת; האָט עֶפֿרוֹן דער חִתּי געענטפֿערט אבֿרהמען אין די אױערן פֿון די קינדער פֿון חֵת, פֿאַר אַלע אײַנגײער אין דעם טױער פֿון זײַן שטאָט, אַזױ צו זאָגן: 11 נײן, מײַן האַר, הער מיך צו: דאָס פֿעלד שענק איך דיר, אױך די הײל װאָס דרינען שענק איך דיר; פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון מײַן פֿאָלק שענק איך עס דיר; באַגראָב דײַן טױטן.
12 האָט אבֿרהם זיך געבוקט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, 13 און ער האָט גערעדט צו עֶפֿרונען אין די אױערן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, אַזױ צו זאָגן: װען דו װאָלסט מיך נאָר צוהערן! איך גיב דאָס געלט פֿאַרן פֿעלד, נעם עס פֿון מיר, און איך װעל דאָרטן באַגראָבן מײַן טױטן.
14 האָט עֶפֿרוֹן געענטפֿערט אבֿרהמען, אים אַזױ צו זאָגן: 15 הער מיך צו, מײַן האַר, לאַנד אין פֿיר הונדערט שֶקל זילבער, װאָס איז דאָס צװישן מיר און צװישן דיר? און דײַן טױטן באַגראָב.
16 האָט אבֿרהם צוגעהערט צו עֶפֿרונען, און אבֿרהם האָט אָפּגעװױגן עֶפֿרונען דאָס זילבער, װאָס ער האָט געזאָגט אין די אױערן פֿון די קינדער פֿון חֵת, פֿיר הונדערט שֶקל זילבער, גאַנגבאַר בײַם סוחר. 17 אַזױ איז געבליבן דאָס פֿעלד פֿון עֶפֿרונען, װאָס אין מַכפֵּלָה, װאָס פֿאַר מַמרֵא, דאָס פֿעלד מיט דער הײל װאָס דרינען, און אַלע בײמער װאָס אױפֿן פֿעלד, װאָס אין זײַן גאַנצן געמאַרק רונד אַרום, 18 דער אײַנקױף פֿון אבֿרהמען, פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון חֵת, פֿאַר אַלע אײַנגײער אין דעם טױער פֿון זײַן שטאָט. 19 און דערנאָך האָט אבֿרהם באַגראָבן זײַן װײַב שׂרהן אין דער הײל פֿון דעם פֿעלד פֿון מַכפֵּלָה פֿאַר מַמרֵא, דאָס איז חֶבֿרוֹן, אין לאַנד כּנַעַן. 20 אַזױ איז געבליבן דאָס פֿעלד, און די הײל װאָס דרינען, בײַ אבֿרהמען פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום, פֿון די קינדער פֿון חֵת.
כד
1 און אבֿרהם איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט; און ה׳ האָט געבענטשט אבֿרהמען מיט אַלצדינג. 2 האָט אבֿרהם געזאָגט צו זײַן קנעכט, דעם עלטסטן פֿון זײַן הױז, װאָס האָט געװעלטיקט איבער אַלץ װאָס ער האָט געהאַט: טו, איך בעט דיך, דײַן האַנט אונטער מײַן דיך, 3 און איך װעל דיך באַשװערן בײַ ה׳ דעם ג-ט פֿון הימל און דעם ג-ט פֿון דער ערד, אַז דו זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כּנַעֲני װאָס איך זיץ צװישן אים. 4 נײערט צו מײַן לאַנד און צו מײַן אָפּשטאַם זאָלסטו גײן, און נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון, פֿאַר יִצחָקן.
5 האָט דער קנעכט צו אים געזאָגט: טאָמער װעט די פֿרױ נישט װעלן גײן נאָך מיר אין דעם היגן לאַנד; זאָל איך נישט אַנדערש אומקערן דײַן זון צו דעם לאַנד װאָס דו ביסט פֿון דאָרטן אַרױסגעגאַנגען?
6 האָט אבֿרהם צו אים געזאָגט: היט דיך, זאָלסט נישט אומקערן מײַן זון אַהין. 7 ה׳ אלוקי הימל, װאָס האָט מיך אַרױסגענומען פֿון דעם הױז פֿון מײַן פֿאָטער, און פֿון דעם לאַנד פֿון מײַן געבורט, און װאָס האָט צו מיר גערעדט, און װאָס האָט מיר געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד – ער װעט שיקן זײַן מלאך דיר פֿאַרױס, און װעסט קריגן אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון דאָרטן. 8 און אױב די פֿרױ װעט נישט װעלן גײן נאָך דיר, װעסטו זײַן פֿרײַ פֿון דער דאָזיקער שבֿועה מײַנער; אָבער זאָלסט נישט אומקערן מײַן זון אַהין.
9 האָט דער קנעכט געטאָן זײַן האַנט אונטער דעם דיך פֿון זײַן האַר אבֿרהמען, און ער האָט אים געשװאָרן אױף דער דאָזיקער זאַך.
10 און דער קנעכט האָט גענומען צען קעמלען פֿון די קעמלען פֿון זײַן האַר, און איז אַװעקגעגאַנגען מיט אַלעם בעסטן פֿון זײַן האַר אין זײַן האַנט; און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען קײן אַרַם-נַהרַיִם, צו דער שטאָט פֿון נָחוֹרן. 11 און ער האָט געמאַכט קניען די קעמלען אױסן שטאָט בײַם ברונעם װאַסער, אין אָװנט-צײַט, אין דער צײַט װאָס די שעפּערינס גײען אַרױס. 12 און ער האָט געזאָגט: ה׳, אלֹקים פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, ביטע לאָזן מיר מצליח זײַן הײַנט, איך בעט דיך, און טו חֶסֶד מיט מײַן האַר אבֿרהמען. 13 אָט שטײ איך בײַם קװאַל װאַסער, און די טעכטער פֿון די שטאָטלײַט קומען אַרױס שעפּן װאַסער; 14 זאָל זײַן, אַז די מײדל װאָס איך װעל צו איר זאָגן: בײג אײַן, איך בעט דיך, דײַן קרוג, און לאָמיך טרינקען, און זי װעט זאָגן: טרינק, און אױך דײַנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען, האָסטו זי באַשערט פֿאַר דײַן קנעכט יִצחָקן, און דערמיט װעל איך װיסן אַז דו האָסט געטאָן חֶסֶד מיט מײַן האַר.
15 און עס איז געװען, אײדער נאָך ער האָט געענדיקט רעדן, ערשט רבקה קומט אַרױס – די װאָס איז געבאָרן געװאָרן בײַ בתואֵל דעם זון פֿון מִלכָּה, דער װײַב פֿון נָחוֹר, אבֿרהמס ברודער – מיט איר קרוג אױף איר אַקסל. 16 און די מײדל איז געװען זײער שײן פֿון אױסזען, אַ יונגפֿרױw (בתוּלה) װאָס קײן מאַן האָט נאָך זי נישט געקענט; און זי האָט אַראָפּגענידערט צום קװאַל, און האָט אָנגעפֿילט איר קרוג, און איז אַרױפֿגעקומען. 17 איז דער קנעכט איר געלאָפֿן אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: לאָז מיך אַ זופּ טאָן, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער פֿון דײַן קרוג. 18 האָט זי געזאָגט: טרינק מײַן האַר; און זי האָט אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איר קרוג אױף איר האַנט, און האָט אים געגעבן טרינקען. 19 און אַז זי האָט געענדיקט אים געבן טרינקען, האָט זי געזאָגט: אױך פֿאַר דײַנע קעמלען װעל איך אָנשעפּן, ביז זײ האָבן געענדיקט טרינקען.
20 און זי האָט אױף גיך אױסגעלײדיקט איר קרוג אין דער קאָריטע, און איז װידער געלאָפֿן צום ברונעם אָנשעפּן, ביז זי האָט אָנגעשעפּט פֿאַר אַלע זײַנע קעמלען. 21 און דער מאַן קוקט זי אָן שװײַגעדיק, צו װיסן אױב ה׳ האָט באַגליקט זײַן װעג אָדער נישט. 22 און עס איז געװען, װי די קעמלען האָבן געענדיקט טרינקען, אַזױ האָט דער מאַן גענומען אַ גילדערנעם נאָזרינג װאָס זײַן װאָג איז געװען אַ בקַע, און צװײ אָרעמבענדער פֿאַר אירע הענט, װאָס זײער װאָג איז געװען צען גאָלדשטיק. 23 און ער האָט געזאָגט: װעמעס טאָכטער ביסטו? זאָג מיר, איך בעט דיך, איז דאָ אין דײַן פֿאָטערס הױז אַן אָרט פֿאַר אונדז צום נעכטיקן?
24 האָט זי צו אים געזאָגט: איך בין די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם זון פֿון מִלכָּהן, װאָס זי האָט געבאָרן נָחוֹרן. 25 און זי האָט צו אים געזאָגט: אי שטרױ אי פֿוטער אַ סך איז דאָ בײַ אונדז, אי אַן אָרט צום נעכטיקן.
26 האָט דער מאַן זיך גענײַגט און זיך געבוקט† צו ה׳. 27 און ער האָט געזאָגט: ברוך ה׳ דער ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, װאָס האָט נישט פֿאַרלאָזן זײַן חֶסֶד און זײַן טרײַשאַפֿט צו מײַן האַר; מיך האָט ה׳ געפֿירט אױף דעם װעג צו דעם הױז פֿון מײַן האַרס ברידער.
28 און די מײדל איז געלאָפֿן, און האָט דערצײלט אין איר מוטערס הױז די דאָזיקע זאַכן. 29 און רבקה האָט געהאַט אַ ברודער װאָס זײַן נאָמען איז געװען לָבָֿן; איז לָבָֿן אַרױסגעלאָפֿן צו דעם מאַן דרױסן צום קװאַל. 30 און עס איז געװען, װי ער האָט דערזען דעם נאָזרינג, און די אָרעמבענדער אױף די הענט פֿון זײַן שװעסטער, און װי ער האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן שװעסטער רבקהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט דער מאַן צו מיר גערעדט – איז ער געקומען צו דעם מאַן װי ער שטײט בײַ די קעמלען לעבן קװאַל, 31 און ער האָט געזאָגט: קום, געבענטשטער פֿון ה׳, פֿאַר װאָס שטײסטו דרױסן? איך האָב דאָך אױפֿגעראַמט דאָס הױז, און אַן אָרט פֿאַר די קעמלען.
32 איז דער מאַן אַרײַנגעגאַנגען אין הױז; און ער האָט אָפּגעבונדן די קעמלען, און האָט דערלאַנגט שטרױ און פֿוטער פֿאַר די קעמלען, און װאַסער צו װאַשן זײַנע פֿיס, און די פֿיס פֿון די מענטשן װאָס מיט אים. 33 און עס איז געשטעלט געװאָרן פֿאַר אים צום עסן, אָבער ער האָט געזאָגט: איך װעל נישט עסן, ביז איך האָב גערעדט מײַנע רײד. האָט ער געזאָגט: רעד.
34 האָט ער געזאָגט: דער קנעכט פֿון אבֿרהמען בין איך. 35 און ה׳ האָט זײער געבענטשט מײַן האַר, און ער איז געװאָרן רײַך; און ער האָט אים געגעבן שאָף און רינדער, און זילבער און גאָלד, און קנעכט און דינסטן, און קעמלען און אײזלען. 36 און שׂרה, מײַן האַרס װײַב, האָט געבאָרן אַ זון צו מײַן האַר אױף איר עלטער; און ער האָט אים אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט. 37 און מײַן האַר האָט מיך באַשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כּנַעֲני װאָס איך זיץ אין זײַן לאַנד. 38 נישט אַנדערש נאָר צו מײַן פֿאָטערס הױז זאָלסטו גײן, און צו מײַן משפּחה, און נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון. 39 האָב איך געזאָגט צו מײַן האַר: טאָמער װעט די פֿרױ נישט װעלן גײן מיט מיר? 40 האָט ער צו מיר געזאָגט: ה׳ װאָס איך בין געגאַנגען פֿאַר אים, װעט שיקן זײַן מלאך מיט דיר, און װעט באַגליקן דײַן װעג, און װעסט קריגן אַ װײַב פֿאַר מײַן זון, פֿון מײַן משפּחה און פֿון מײַן פֿאָטערס הױז. 41 דענצמאָל װעסטו פֿרײַ זײַן פֿון מײַן שבֿועה, אַז דו װעסט קומען צו מײַן משפּחה; און אױב זײ װעלן דיר נישט געבן, װעסטו אױך פֿרײַ זײַן פֿון מײַן שבֿועה. 42 בין איך געקומען הײַנט צום קװאַל, און האָב געזאָגט: ה׳, ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, אױב דו װילסט, איך בעט דיך, באַגליקן מײַן װעג װאָס איך גײ אױף אים: 43 אָט שטײ איך בײַם קװאַל װאַסער; און עס זאָל זײַן, אַז די יונגפֿרױ {הָעַלְמָה}x װאָס קומט אַרױס שעפּן, און איך װעל זאָגן צו איר: גיב מיר טרינקען, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער פֿון דײַן קרוג, 44 און זי װעט זאָגן צו מיר: אי דו טרינק, אי פֿאַר דײַנע קעמלען װעל איך אָנשעפּן, זאָל זי זײַן די װײַב, װאָס ה׳ האָט באַשערט פֿאַר מײַן האַרס זון. 45 נאָך אײדער איך ענדיק רעדן צו מײַן האַרצן, ערשט רבקה קומט אַרױס מיט איר קרוג אױף איר אַקסל; און זי האָט אַראָפּגענידערט צום קװאַל און האָט אָנגעשעפּט. האָב איך צו איר געזאָגט: גיב מיר טרינקען, איך בעט דיך. 46 האָט זי אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איר קרוג פֿון זיך, און האָט געזאָגט: טרינק, און אױך דײַנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען. האָב איך געטרונקען, און אױך די קעמלען האָט זי אָנגעטרונקען. 47 האָב איך זי געפֿרעגט און האָב געזאָגט: װעמעס טאָכטער ביסטו? האָט זי געזאָגט: די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם זון פֿון נָחוֹרן, װאָס מִלכָּה האָט געבאָרן צו אים. און איך האָב אָנגעטאָן דעם נאָזרינג אױף איר נאָז, און די אָרעמבענדער אױף אירע הענט. 48 און איך האָב מיך גענײַגט און מיך געבוקט צו ה׳, און איך האָב געלױבט ה׳ דעם ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, װאָס האָט מיך געפֿירט אױפֿן ריכטיקן װעג צו קריגן די טאָכטער פֿון מײַן האַרס אַן אײגענעם פֿאַר זײַן זון. 49 און אַצונד, אױב איר װילט טאָן אַ חֶסֶד און אַ טרײַשאַפֿט מיט מײַן האַר, זאָגט מיר; און אױב נישט, זאָגט מיר; און איך װעל מיך קערן אױף רעכטס אָדער אױף לינקס.
50 האָט געענטפֿערט לָבָֿן און בתואֵל, און זײ האָבן געזאָגט: די זאַך איז אַרױס פֿון ה׳; מיר קענען נישט רעדן צו דיר שלעכטס אָדער גוטס. 51 אָט איז רבקה פֿאַר דיר, נעם און גײ, און זאָל זי זײַן אַ װײַב צו דעם זון פֿון דײַן האַר, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
52 און עס איז געװען, װי דער קנעכט פֿון אבֿרהמען האָט געהערט זײערע װערטער, אַזױ האָט ער זיך געבוקט צו דער ערד פֿאַר ה׳. 53 און דער קנעכט האָט אַרױסגענומען זילבערנע זאַכן, און גילדערנע זאַכן, און קלײדער, און געגעבן רבקהן; אױך איר ברודער און איר מוטער האָט ער געגעבן טײַערע מתָּנות. 54 און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, ער און די מענטשן װאָס מיט אים; און זײ האָבן איבערגענעכטיקט; און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און ער האָט געזאָגט: שיקט מיך אַװעק צו מײַן האַר.
55 האָט געזאָגט איר ברודער און איר מוטער: זאָל די מײדל בלײַבן בײַ אונדז אַ (אײניקע) טעג אָדער צען, דערנאָך װעט זי גײן. 56 האָט ער צו זײ געזאָגט: האַלט מיך נישט אױף, אַז ה׳ האָט באַגליקט מײַן װעג. שיקט מיך אַװעק, און לאָמיך גײן צו מײַן האַר. 57 האָבן זײ געזאָגט: מיר װעלן רופֿן די מײדל, און מיר װעלן פֿרעגן איר מױל. 58 האָבן זײ גערופֿן רבקהן, און האָבן צו איר געזאָגט: װילסטו גײן מיט דעם דאָזיקן מאַן? האָט זי געזאָגט: איך װיל גײן.
59 האָבן זײ אַרױסבאַלײט זײער שװעסטער רבקהן, און איר נאַם, און אבֿרהמס קנעכט, און זײַנע מענטשן. 60 און זײ האָבן געבענטשט רבקהן, און האָבן צו איר געזאָגט: אונדזער שװעסטער, דו זאָלסט װערן צו טױזנטער מאָל צען טױזנט, און דײַן זאָמען זאָל אַרבן דעם טױער פֿון זײַנע פֿײַנט. 61 און רבקה איז אױפֿגעשטאַנען מיט אירע מײדלעך, און זײ האָבן זיך אַרױפֿגעזעצט אױף די קעמלען, און זײַנען געגאַנגען נאָך דעם מאַן. און דער קנעכט האָט גענומען רבקהן, און איז אַװעקגעגאַנגען.
62 און יִצחָק איז אָנגעקומען פֿון װוּ מע גײט קײן באֵר-לַחַי-רוֹאי, װאָרום ער איז געזעסן אין לאַנד פֿון דָרום – 63 און יִצחָק איז אַרױסגעגאַנגען זיך דורכצוגײן אין פֿעלד אַקעגן אָװנט – האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און האָט אַ קוק געטאָן, ערשט קעמלען קומען אָן. 64 און רבקה האָט אױפֿגעהױבן אירע אױגן, און האָט דערזען יִצחָקן, און זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון קעמל. 65 און זי האָט געזאָגט צו דעם קנעכט: װער איז יענער מאַן װאָס גײט אין פֿעלד אונדז אַנטקעגן? האָט דער קנעכט געזאָגט: דאָס איז מײַן האַר. האָט זי גענומען דעם שלײער, און האָט זיך פֿאַרדעקט.
66 און דער קנעכט האָט דערצײלט יִצחָקן אַלע זאַכן װאָס ער האָט געטאָן. 67 און יִצחָק האָט זי אַרײַנגעבראַכט אין דעם געצעלט פֿון זײַן מוטער שׂרהן. און ער האָט גענומען רבקהן, און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב; און ער האָט זי ליב געהאַט. און יִצחָק האָט זיך געטרײסט נאָך זײַן מוטער.
כה
1 און אבֿרהם האָט װידער גענומען אַ װײַב, און איר נאָמען איז געװען קטורָה. 2 און זי האָט אים געבאָרן זִמרָנען, און יָקשָנע